"אהבה רבה" און "אקדמות" ביים הייליגן רבי'ן שליט"א
פון די העכסטע מאמענטן דעם הייליגן יום טוב, במחיצתו הקודש פון כבוד קדושת הוד מרן הגאון הקדוש אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, איז געווען די הייליגע אקדמות וואס רבינו הגה"ק שליט"א האט געזאגט בבכיות נוראות. רבינו שליט"א איז געגאנגן פון זיין פלאץ צום באלעמער, אויפ'ן וועג איז געווען אזא געפערליכן געדרענג אז דער רבי שליט"א האט נישט געקענט דורכגיין, די געטרייע גבאים האבן געארבעט גאר שווער צו מאכן פריי דעם וועג. ווען רבינו שליט"א איז ארויף אויפ'ן באלעמער האט אויסגעבראכן א שטאק שטילקייט אינעם גאנצן היכל הביהמ"ד, אלע טירן זענען געווען אפן פון אלע זייטן און פון מערב זייט, ס'זענען געשטאנען הונדערטער אידן אינדרויסן ווייל ס'איז נישט געווען קיין פלאץ. כ'האב געשאצט אלעס צוזאמען ווייניגסטענס 8,000 אידן. אלע זענען געשטאנען כאיש אחד בלב אחד צו הערן דעם קול פון אונזער הייליגן רבי'ן אנפאנגן די ווערטער "אקדמות מילין", ס'האט געהערשט אזא שטילקייט, א נאדל וואלט מען געקענט הערן פאלן. דער התעוררות איז געווען עד אין לשער, רבינו שליט"א האט אנגעפאנגן "אקדמות מילין ...... וכו'" דער גאנצע ריזיגן ריזיגן ציבור האט נאכגעזאגט "בבבי תרי ותלת... דאפתח..." די הערצער זענען צוגאנגן בהתפשטות הגשמיות, מ'האט אינגאנצן פארגעסן פון דעם "חציו לכם". די שטיקלעך וואס רבינו שליט"א האט פארגעזאגט האט דער ציבור מיטגעזאגט גאר שטיל, נאר כדי צו קענען זוכה זיין צו הערן דעם "שכינה מדברת מתוך גרונו".
ווער ס'איז נאר געווען ביי דעם אהבה רבה ווי דער התעוררות איז געוען למעלה משכל אנישי, מ'האט זיך פשוט געפילט אין אן אנדערע וועלט, קיין טריקענע אויג איז נישט געווען דער גאנצע ציבור שטייענדיג אדער זיצנדיג זענען געווען מיט די טליתים אראפגעלאזט אויפ'ן פנים, בחורים האבן געהאלטן זייער מחזורים צו באדעקן זייער פנים'מער ס'האט זיך געגאסן טייכן טרערן. ווען מ'האט געענדיגט זינגען דעם לעצטע פאל, האט מען געהערט דעם געשטיקטן קול פון רבינו הגה"ק שליט"א און ער פאנגט אן נאכאמאל דעם ניגון מיט די ווערטער "ורחמיך הרבים", דאס געוואלדיגער התעוררות איז געוואקסן פי כמה, און דאס זינגען איז געווארן העכער און העכער. מי שלא ראה.....
כ'וויל בעטן אז אין דעם אשכול זאל מען נאר שרייבן געפילן און התרוממות הנפש וואס מען האט מיטגעהאלטן ביים רבי'ן שליט"א.
 |
|
|