נבוכדנאצר.
א יישר כח פארן עס ארויפלייגן, איך האב זיך נישט געקענט דערמאנען וועלכע סימן עס איז.
לענינינו, איז זייער שווער צו זאגן א פסק להלכה, פוק חזי מאי עמא דבר, עס איז א נארמאלע זאך
אפצוכאפן שמות הק' אויף טעיפ'ס, און אין מערסטנ'ס פעלער ווערט עס נישט אויסגעמעקט. און בכלל
אויב מ'נעמט אן אז דאס איז א געהעריגער שם [וואס דער רבי בארירט בכלל נישט צו די נקודה, און
באמת איז עס א יסודות'דיגער חלק אין די שאלה], איז דאך לכאורה אויך דא א איסור עס אויסצומעקן.
בכלל דארף מען שטארק אריינגיין פונקטליך פון וואס מ'רעדט דארט, עס קען זיין אז עס איז געווען
א טעיפ מיט א ניגון אויף די ברכה, וואס האט געהאלטן אין איין איבערזאגן דעם שם ה' במשך פונעם
ניגון, וואס איז באמת א געוואלדיגער בזיון פארן שם. הקיצור, מ'דארף געהעריג דורכטון די נושא.
וואס איז זיכער אז אין די וועלט איז אנגענומען להיתר דער ענין פון אפכאפן און איבערשפילן
שמות, וצע"ג.
|
|