בית פורומים כל העולם כולו

מוסרים גייען אין קאורט אין בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/6/2006 19:00 לינק ישיר 
מוסרים גייען אין קאורט אין בני ברק

די מוסרים והולכי בערכאות קאמפאני פון דעם נועם המדות און פורים רעבע, רז"ל
זענען נעכטן אריין אין ציוניסטישן געריכט אין בני ברק.

אן קיין היתר בית דין
אן קיין עיקול
בלויז מיט דעם היתר פון "עבר ושנה נעשה לו כהיתר".

וועלן מיר זעהן אויב די פעיראלל דיינים וועלן יעצט ווידער שוויגען
ווען דער ויואל משה און דער על הגאולה ועל התמורה ווערט ציטראטן

הדה היא דכתיב:
להחזיר עטרה ליושנה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 20:23 לינק ישיר 

א שוידער האט ארום גענומען די יהדות החרדית אין ארץ ישרא' מיטן הערן דעם ביטערן בשורה אז די באוויסטע מוסרים ומלשינים האבן היינט ארום געשיקט ספוניס און געריפען בערכאות פון די טמא'נע ציוניסטישע מדינה הטמאה די הייליגע מוסדות הקדושים

מוסדות יטב לב דסאטמאר

וואס
מרן רביה"ק בעל דברי יואל זיעועכי"א
האט געגרינדערט בדם לבבו.

די מוסרים והולכי ערכאות האבן געשיקט א ספוניע פאר הרב החסיד רבי משה חיים ווייס שליט"א דער מנהל המוסדת וואס מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט אים געשטעלט און פארטרויעט די הייליגע מוסדות הק'.

זיי זענען אריין אין די ציוניסטישע געריכט אן קיין שום הזמנה פון א בי"ד, אן קיין שום עיקול פון א בי"ד, און אן קיין שום היתר פון א בי"ד, און נישט פאר קייין TRO (וואס די ריכטער האט זיי נישט געוואלט געבן) נאר געהעריג אין געריכט מיט א קלאגע און מסירות ל"ע.

אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה!

חוץ די שרעקליכע איסור פון הליכה בערכאות אן א רשות בי"ד, עס איז א שרעקליכע מרידה און פגיעה אין מרן רביה"ק בעל דברי יואל זיעועכי"א וואס מיט דעם טוט מען אויסרייסן זיין הייליגן ספר הקדוש ויואל משה, ווי מרן רביה"ק זי"ע שרייבט ארויס אז ווער עס אנדערקענט נאר די חוקי המדינה הטמאה איז א כופר בכל התורה כולו, ואין לו חלק אלוקי רח"ל.

היינט צופרי האט הגאון הרב רבי משה לאנדא שליט"א אב"ד בני ברק אנגערופן חיים הערש ט"ב פון ירושלים דער פירער פון די מסירה. און אים געזאגט: אז רב פון שטאט גיב איך איך 3 טאג צייט ארויס צוגיין פון געריכט, אז נישט וועל איך צוזאם נעמען די רבנים פון בני ברק און ארויסגעבען א שארפע אזהרה און מחאה קעגן דעם וואס איר מיט די הילף פון אייער מנהל המוסודת דער מסור והולך הערכאות מענדל וואלערשטיין האבן אריינגעבען די מסירה.

חיים הערשלע האט אים געזאגט אז עס באלאנגט נאר פאר די רבנים פון די קהלה און נאר זיי מעגן זיך אריינמישן, הרב לאנדא האט אים געזאגט אז ער איז נשיט אינטעריסט און די תירוצים, און ער אלס רב פון שטאט וועט די זאך נעמען אין די הענט אריין, הרב לאנדא האט צוגעלייגט איר מעגט אייך שעמן נישט נאר די אידן פון אגודה זענען נאך קיינמאל נישט געגאנגען אין די ציוניסטישע געריכט, נאר אפילו די מזרחי'טן גייען אויך נישט, אז סאטמאר זאל דאס טאן בשט ובנפש ווער האט דאס אמאל גע'חלמ'ט.

חיים הערש האט אים געזאגט אז ער וועט אים צוריק ריפן מארגן און ער וועט זעהן וואס ער קען טאן.

כ"ק הגאון הגדול פוסק הדור הישיש רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א האט פריער אנגערופן חיים הערש, אבער ער איז נישט צוגעקומען צום טעלאפן.

העברת פי ה' לא תצלח!

ובשלטן הכופרים אין אנו מאמינים, ובחוקותיהם אין אנו מכירים!

תוקן על ידי - שורשנגח - 05/06/2006 20:27:44



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 20:38 לינק ישיר 

און ווי זענען די חברי הביד"צ פון ירושלים,
די וועלעכע האבן אזוי שארף געלייגט פרעזשער אויף רבי חיים הערש מייזליש שליט"א פון בני ברק,
ווען ער האט זיך צוגעשטעלט צו די נכדי רבינו זי"ע, ווען זיי זענען געגאנגען לערכאות "ברשות" בית דין
צו ראטעווען זיין כבוד, זייער איינציגע תביעה איז געווען צו האבן צוטריט צו זייער זיידע, או דאך  האבן זיך די
חברי הבית דין אריין געמישט און פארלאנגט פון עם תיכף אראפנעמען זיין נאמען פון די דאזיגע קלאגע,
פרעג איך יעצט, רבותינו חברי הבית דין צדק שבירושלים, אייכם!!!,
מה נשתנה, וואס איז אנדערשט יענע קלאגע פון די יעצטיגע קלאגע,
האט איר אויך אנגענומען משה מנחם'ס היתר לילך לערכאות ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 20:46 לינק ישיר 

איך בעט די טויגליכע פון די פורום זאלן לתועלת הענין, זיך ביטע נעמען די מי, און אריין סקענען די אלע סימנים פונעם ספה"ק ויואל משה ערגעץ אין מיטן מאמר שלש שבועות, ווי דער רבי איז מסביר בדם לבבו הטהורה ע"פ חז"ל ראשונים ואחרונים, די שרעקליכע הארבקייט פון גיין בערכאות אין א מדינה פון כפירה ומרידה במלכות שמים...

יעדער ווייסט אז אפי' די פרומע אידן וואס פאלן נעבעך דורך אינעם חומר פון בחירות, גייען כמעט קיינער נישט צו די פארפוילטע פארשאלטענע בגבול"צ...אפגערעדט א מוסד...

די חילול השם איז איום ונורא!!!

ווי אזוי וועל מיר קענען לוחם זיין קעגן די בחירות!!! ווען "סאטמארע" אידן גיין זיך מתדיין זיין ע"פ חוקי המדינה הטמאה!!!

די פנים פלאמט פאר בושה!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 20:34 לינק ישיר 

קען איינער אפשר ארויפלייגעם אויף יו סענד איט דעם כתב תביעה?

לאז אונז זען במה המדובר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 20:38 לינק ישיר 

איך האף אז די חברי הבי"ד וועלן בלייבן שטיל און דערביי דערקלערן פאר די וועלט אז די "בי"ד הגדול שבירושלים" איז טאקע די "בית דין הגדול """שבירושלים""""



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 21:02 לינק ישיר 

העי יוסעלע!!!

שלום עליכם!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 21:05 לינק ישיר 

פאקטיש

איך האף אז זיי גייען נישט בלייבען שטיל
אין לכאורה גייען זיי טאקע נישט בלייבען שטיל

עס איז א פראגע פין צייט,
ביי חיים צבי האבן זיי אויך נישט געארבעט אויף די מינוט

עס נעמעט ביז די אלע זייטיגע יוצרי משרתים ווערן רואיג, אין דאן קען מען עפעס טיען


-



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 21:41 לינק ישיר 

גערעכט אבער נישט גערעכט גערעכט אז זיין וואלטן עווענטועל געמוזט זיך אריינמישן אבער נישט גערעכט ווייל לויט מיין שאצונג, וועלן די רבני בני ברק, הרב לאנדא, הרב וואזנער, און זיך נישט לאזן ווארטן, און די זאליס וועלן מוזן זיכן א וועג ארויס, מיט די קלענסטע שאדן וואס מעגליך, אזוי ארום וועט די בית דין "הגדול" קענען מקיים זיין "זאט מאכן די לייב, און די שעפעלע זאל בלייבן גאנץ" ממילא קום איך צוריק צו מיין פוינט, אויב האבן זיי געהאלטן אז זיי האבן א רעכט צו רודפ'ן הרב חיים צבי מייזליש דעמאלטס, וואלטן זיי ווען נישט געלאזט זיך ווארטן ביז......... די אישו וועט עקספייערן נאר הוא הדבר אשר דברנו, בית הגדול """"שבירושלים"""""""""



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 22:40 לינק ישיר 

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!

מיט א שמחה עילאה זענען היינט אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר אויפגענומען די בשורה מרנינה אז די פושעים והולכי בערכאות של המדינה הציונים, האבן דעם זינטאג געליטען א גאר שטארקע דורכפאל ווען זיי האבן געבעטן די ציוניסטישע פרייער ריכטער זיי צו געבן א TRO און נאר דער מסור מענדל וואלערשטיין זאל קענען פירן די מוסדות און ער זאל זיין דערווייל בעל הבית.

דער ציוניסטישע פרייער ריכטער האט דאס ארויסגעווארפן און אלעס אויסגעמעקט און געבען פאר זאליס גארנישט!!! און נאכאמאל גארנישט!!! די גאנצע TRO אין גארביטש אלעס אלעס!!!.

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!

מיר לויבן און דאנקן דעם רבוש"ע אויף זיינע גרויסע חסדים!!!

די זכות פונעם הייליגען מייסד המוסד מרן רביה"ק קודש הקדשים בעל ויואל משה זצוק"ל וועט באשטיין די הייליגע מוסדות הקדושים יטב לב דסאטמאר אז די פושעים וריקים זאלן נישט האבן קיין שליטה דעראויף!

די פאפירן פונעם TRO וואס וואלערשטיין האט געבעטן בשליחות פון רבו ראש המוסרים הר' חיים הערש טייטלבוים מירושלים, איז היינט אנגעקומען צו די הנהלת המוסדות הק' פון בני ברק, און ביז היינט האט מען נישט געוויסט פונעם גרויסן דורכפאל וואס די מוסרים האבן געהאט.

צוליב דעם איז וואלערשטיין אריין שנעל מאנטאג נאך א מיטונג מיט חייים הערש, אריין אינעם ציוניסטישען געריכט געהעריג מיט קלאגעס קעגן די הייליגע מוסדות הקדושים, נאך פאר די פאפירן קומען אן צו די מנהלי המוסדות.

המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 22:42 לינק ישיר 

שור. אפשר טוטסו אונז א טובה און דו דערציילסט געהעריג וואס דא גייט פאר ? ישר כח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 22:47 לינק ישיר 

וואס פארשטייסטו נישט פרעג וועל איך דיר ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 22:49 לינק ישיר 


שור פריי דיך נאך נישט די זאליס האבן שוין א תירוץ דעראויף


אז די ריכטער האט געהייסן פאר ר' משה חיים ווייס איבער געבן קלע ביכער פאר וואלענשטיין....





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 23:09 לינק ישיר 

וואס האבן די זאליס געבעטן זונטיג, וואס בעטן זיי יעצט, וואו זענען זיי געגאנגען, ווער האט אלס אונטערגעשריבן די קלאגע וכו'. איך וועל דיר אויך שטארק מכיר טובה זיין אויב דו וועסט ארויפלייגן דא די געריכטליכע דאקומענטן. יישר כח פון פאראויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2006 20:35 לינק ישיר 

די זאליס האבן אריינגעבען א פארלאנג פאר א tro פאריגע וואך מיטוואך.

אין דער ריכטער האט עס ארויסגעווארפן זינטאג.

מאנטאג נאכן מעכטיגן דורכפאל זענען זיי אריין מיט אין קארט מיט געהעריגע קלאגעס דער אונטערשרייבער איז דער מסור מענדל וואלערשטיין די מנהל המוסדות פון ירושלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2006 16:38 לינק ישיר 

?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מוסרים גייען אין קאורט אין בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext