בית פורומים כל העולם כולו

שבועות! דער חילוק, אין איין ווארט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/6/2006 20:24 לינק ישיר 
שבועות! דער חילוק, אין איין ווארט!

ביי רבינו שליט"א האט אן עווערידש מענטש פארברענגט אן ערך פון:
26 שעה במחיצת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מנחה און מעריב דער ערשטע נאכט:
2 און 1/2 שעה
ביז נאכ'ן זאגן גוט יו"ט.

תיקון ליל שבועות טיש:
1:00 איז שוין געוען געפאקט דער טענט, דער טיש האט זיך געפארטיגט 3:45.
2 און 3/4 שעה

שחרית:
האט זיך אנגעפאנגן 11:00 און געענדיגט דעם קרעפל טיש האט מען 4:30
5 און 1/2 שעה

מנחה מעריב שב"ק:
2 און 1/2 שעה

פרייטאג צונאכטס טיש, 12:30 איז שוין געווען פיל, 2:45 האט זיך עס געענדיגט.
2 און 1/4 שעה

שחרית יום שב"ק:
10:00 ביז 2:30
4 און 1/2 שעה

מנחה טיש און ס"ש, מעריב און באגלייטן.
7:00 איז שוין געווען געפאקסט דער טענט. 12:00 האט זיך געענדיגט דער באגלייטן.
6 שעה

אלעס נאר צו זיין במחיצתו פון אונזער הייליגן רבי'ן.

*

ביים סיגעטער האט אן עווערידש מענטש פארברענגט בערך 1 גאנצע שעה.

דער עולם איז אנגעקומען שוין נאך מעריב און אסאך זענען שוין געקומען נאך הבדלה בערך פון 9:30 ביז 10:30.

גאנץ יו"ט ווייסט דאך יעדער איינער וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן דארט.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2006 06:06 לינק ישיר 

די עולם מאכט זיך פלעין נאריש, מאיז ביזי מיט פיקטשערס, דער האט געהאט אזויפיל מענטשן דער האט געהאט אזויפיל. די אלע זאכן זענען נארישקייטן, די גאנצע וועלט ווייסט שוין היינט זייער גוט אז אונז האמיר דריי מאל אזא עולם ווי די זאליס, און סהאט נישט א שום פשט זיך צו שטעלן קריגן יעדעס מאל נאכאמאל ווי קליינע קינדער. איך אליין האב גערעדט צו אפאר זאליס, און זיי האבן מיר קלאר מודה געווען אז זאלי האט געהאט א דריטל עולם ווי אונז (איך האב געטענהט א פערטל), אבער סאיז גענוג צו קוקן אויף די פיקטשערס פון ביידע זייטן צו זען גראד ווער סהאט דעם עולם. אונז האמיר געהאט אזא שיינע געלונגענע יו"ט, לאמיר זיך נישט לאזן באנארישן פון די זאליס צו רעדן פון פיקטשערס (דעס ווילן זיי, אז מזאל נאר רעדן פון די פיקטשערס און פארגעסן פון די הערליכע יו"ט) איך וואלט געהאלטן אז יעדער איינער דארף אריינשרייבן דא זיינע געפילן פון די יו"ט! אפילו איך בין געווענטליך נישט קיין שרייבער, וויל איך אבער אביסל אראפשרייבן די יו"ט, אז יעדער וואס איז נישט דארט געווען זאל עס אריינגיין אין זיינע ביינער! - ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים!!!!!!!!!!!!!!!!!! ווען איך דערמאן מיך די שיינע יוט וואס מהאט יעצט געהאט, דערמאן איך מיך פון די הערליכע יו"ט שבועות וואס אונז האמיר אלץ געהאט מיטן רבין ז"ל די ברך משה, אלעס האט אויסגעזען ממש די סעים, אויסער אפאר אפגעריסענע רשעים משוגעים וואס האבן געפעלט... און נאך א "קלייניקייט", סאיז נישט געווען וואו אריינצושטופן די עולם דא האט מען געזען צען טויזנט מענטשן וואס זענען געקומען צו א רבי!!!!. יעדע טיש יעדע דאווענען אלעס איז געווען פול געפאקט אז מהאט זיך נישט געקענט רירן (אויסער די שבתדיגע טיש וואס סאיז געווען אביסל א קלענערער עולם, סמיינט "נאר" 4000 מענטשן...). ביי אלע טישן און דאווענעס האט די עולם מיטגעהאלטן מיט אזא קאכעדיגקייט, די דאווענען די ערשטע טאג איז ממש נישט צו דערציילן, ספעשיל ביי די נשמת און די אהבה רבה, וואס טויזנטער אידן האבן געוויינט צוזאמען מיטן רבין און געבעטן אז די רבש"ע זאל אונז באלויכטן די הערצער. אויך ביים טיש האט מען געזען די ווארעמקייט מיט וואס די עולם איז געקומען מיטהאלטן, און די הערליכע תורות וואס די רבי האט געזאגט (איך ווארט שוין א גאנצע וואך אז איינער זאל שרייבן אלע תורות וואס די רבי האט געזאגט, און מאיז נאר ביזי מיט שטותים און לאקשן! לאמיר זען סזאל ווערן א פארמעסט מיט פשעטלעך און תורות!). און די ניגונים וואס מהאט געזינגען און די טרערן וואס מהאט דארט געלאזט, מהאט עס געמוזט אליין צוזען צו קענען מיטהאלטן. שוין איך קען נישט מער, איך האב שוין געשריבן צו לאנג, מבעט די עולם זאל ממשיך זיין ווייטער. די עיקר איז איין זאך!!!!!!!!!!! אונז זעמיר נישט געקומען צו א פיקטשער!!!!!!!!!! אונז זעמיר נישט געקומען נאר אויף א האלבע שעה נאכן זמן צו פארן מיט די קאר וואס אלע זאליס האבן געוואוסט אז מדארף קומען מזאל קענען ווייזן א גוטע פיקטשער וואס זאלי האט נאך קיינמאל נישט געהאט!!!!! אונז זעמיר נישט געבליבן א גאנץ יוט אינדערהיים און געלאזט א ליידיגע שול, ביי אונז האט מען נישט געזאגט די קרעפל פשעטל מיט די טיש תיקון ליל שבועות אין א קליינע פאליש מיט א נידעריגע דאך!!!!!!!!!!! ביי אונז איז יעדער געקומען מיטהאלטן אלעס!!!!!!!!!!!! מהאט קיינמאל נישט געקענט אריינגיין אין שול אדער ביים טיש נאך א סערטעין צייט!!!!!!!!!!!! אלע טויזנטער מענטשן זענען געקומען איינמאל און נאכאמאל און נאכמאל, מידערהייט, הונגעריג, דארשטעריג, אבי צו הערן א אידיש ווארט, און מיטהאלטן א יו"ט ביים רבין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2006 19:59 לינק ישיר 

שקל שלם A-1 איך האלט אויך אזוי, מדארף סטאפן מיט די משוגעת פון ציילן פיקטשערס. יעדער האט שוין געזען ווער ס'האט געהאט מער, פאר די סיגוטער איז געלונגען אזויפיל צו ווייזן אז ער האט אויך א שיינע עולם, און גענוג געווען. אין מיינע אויגן איז די שענסטע חלק פון שבועות געווען צוויי זאכן, די אהבה רבה פון ערשטן טאג יו"ט, און די קעפל פשעטל. איך בין געווען זיכער אז ביי די קרעפל פשעטל גייט נישט זיין צו א גרויסער עולם, ווייל ווער וועט האבן כח נאך א גאנצע נאכט אויפזיין און אזא לאנגע דאווענען צו גיין הערן די פשעטל וואס רוב עולם קען עניוועי נישט מיטהאלטן. נאכדערצו אז מ'האט געדארפט ארויסגיין און גיין צו א נייע פלאץ, במילא האב איך מיך נישט געיאגט, און אויסגעווארט די גאנצע דאווענען געהעריג, ערשט נאכדעם בין איך ארויס צום טענט. איך בין אריינגעקומען בין איך געווארן געשאקט, איך האב שוין נישט געהאט קיין פלאץ נאר אויפן בעק פון די גרויסע ברענטש אויף די רעכטע זייט, און ס'איז נאך געהאלטן אין איין שטראמען מענטשן פון שול ביז די גאנצע טענט איז געווארן פול! איך האב נישט געקענט געהעריג מיטהאלטן די פשעטל וועגן די עירקאנדישאן גערודער, קיין כח זיך צו שטופן פארנט האב איך אויך נישט געהאט, בין איך געבליבן אויף מיין פלאץ און שטיל געמאכט אביסל די שמועסערס דארט... איך האב אבער געהאט ממש א עונג יו"ט פון דעם וואס כ'האב געזען ווי שטארק דער עולם וויל מיטהאלטן און די געוואלדיגע ערנסטקייט מיט וואס מ'איז געקומען צום רבי'ן אויף יו"ט - און אוועקגעגאנגען דערמיט! נ.ב. איך האב געזען אין א אנדערע פארום ווי בא ללמד שרייבט די פשעטל אויף לה"ק, כ'האב עס נישט אזוי גוט פארשטאנען, אפשר קענסטו עס דא איבערשרייבן אויף פלעין אידיש? תוקן על ידי - געגאנגען - 07/06/2006 20:10:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 06:17 לינק ישיר 

איך שטעל זיך פולשטענדיג אונטער די וואזשנע הצעה, ווער עס קען ווערט געבעטן מיטצוטיילן וואס עס איז זיין הויכפונקט פונעם יו"ט. איך האב שוין דערמאנט פאר יו"ט אז ביי מיר איז דער הויכפונקט פונעם יו"ט פאריאר געווען דער "והאר עינינו" ביים תיקון ליל שבועות טיש. היי יאר איז עס אויך געווען עפעס לעילא ולעילא, אבער נישט דאס וואס פאריאר (מעגליך אז וויבאלד עס איז געווען 'עטוואס' א גרעסערער ציבור ווי פאריאר איז דער רבי געווען מער איינגעהאלטן). ----------------------- דער הויכפונקט אין מיינע אויגן איז געווען די הארציגע ווערטער פון רבינו הגה"ק שליט"א איבער דעם טעם פארוואס "הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם", אז וויבאלד די תורה איז געגעבן געווארן בכפי', וואלט מען יעדעס יאר אין דער צייט געדארפט זיין טרויעריג, אז מיר זענען "נעבעך" געצווינגען געווארן צו נעמען די תורה... אבער דער אמת איז, אז אידן זענען שוין דעמאלט געווען גרייט מיט א חדוה עילאה צו מקבל זיין די תורה, און זיי האבן מיט איין שמחה אויסגעשריגן דעם 'נעשה ונשמע'. איי וואס האט אויסגעפעלט דער 'כפיית ההר' ? דאס וועט מען שוין לאזן פאר די בעלי מפלפלים צו פארענטפערן... און דערפאר דארף מען מקיים זיין דייקא אין דעם יו"ט דעם לכם, צו ווייזן אז מיר האבן דאן מקבל געווען די תורה מיט שמחה, ועדיין עושין אותה בשמחה ! נאך די פייערדיגע ווערטער פון דעם פום ממלל רברבן, האט מען אנגעהויבן דעם ניגון "ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ... וחיי עולם נטע בתוכינו", דער התלהבות ביים ציבור בשעת דעם ניגון, און די פייערדיגע טענץ נאכאמאל און נאכאמאל אויף די צוגעפאסטע ווערטער איז נישט צום באשרייבן פאר וועמען עס איז נישט דארט געווען !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 17:05 לינק ישיר 

פון די רוחניות פעלט נישט אויס צו שרייבן, די גאנצע יו"ט איז געווען איין שטיק העכערקייט. איך וויל שרייבן וועגן די גשמיות, סאיז נאך קיינמאל נישט געווען אין סאטמאר אזוי שיין צוגעשטעלט יעדע פרט אין גשמיות. אויסער פלאץ. מתתי דייטש האט געזאגט פארן רבין נאך יו"ט, אז ער איז במשך יו"ט דורך יעדע איינציגע פרט, און ער איז סארפרייזט ווי שיין מהאט צוגעשטעלט די יו"ט, ביי אונז אין וומ"ס וואלט מען עס נישט אזוי שיין צוגעשטעלט אפילו אויב מוואלט געהאט וואו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 18:15 לינק ישיר 

און ביי מיר איז להיפוך,
פון גשמיות איז בכלל נישט אינטרעסאנט צו רעדן,
יא, אמת, אלעס האט געקלאפט על צד היותר טוב,
מיט א אויסערגעווענדלעכער פונקטלעכקייט,
אבער למען האמת, פאר גשמיות וואלט איך געבליבן ביי מיר אין בארא פארק
ווי איך האב ב"ה פלענטי גשמיות,
איך האב געקענט פירן די סעודות יום טוב מיט רחבות ביי מיר אינדערהיים,
און  שלאפן נארמאל ביי מיר אין בעט, און נישט אויף א היי רייזער,
ניין, נישט פון דעם בין איך עקסיידיט, נישט פארדעם בין איך אהין געפארן,

נאר, די רוחניות, מיז איך זאגן אז איך האב נאך אזוינס נישט מיט געמאכט,
אזא מעכטיגער ציבור פון אלפים אידן צוזאם געקומען בצוותא חדא,
דאס ברען ביים דאווענען, פון ווען איך האב געהערט דעם ערשטן
ואנחנו נברך קא, ערב יום טוב ביי מנחה,
ביז צום בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן ביי שלש סעודות,
איז געווען איין לאנגע קייט פון תענוג רוחני שאין לשאר,
דער אהבה רבא, די אקדמות מילין, די זיסע תורות ביי די טישן,
דער ה' מלך, בקול רעש גדול, מען האט געקענט טאפן די קדושה פון יום טוב
מיט די הענט, מען האט געזען דאס אהבת התורה, דאס איז געווען ווען דער רבי
זאל זיין געזונט האט געזאגט זיינע דברות קודש, למען האמת האט מען ווי איך בין
געשטאנען נישט געהערט קיין ווארט, וועגן דעם ריחוק מקום, אבער עם כל זה
איז געווען אזוי שטיל אז מען האט געקענט הערן א נאדל פאלן, אלעס נאר פארן
כבוד התורה און כבוד שמים און כבוד רבינו שליט"א, די הארציגע נגינה פון ברוך הוא אלקינו שבראנו
לכבודו והבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת, מיט וואס א השתוקקות מען האט דאס געזינגען
און ביי מהר והבא עלינו ווען דער ציבור האט געקיקט ווי דער רבי שליט"א איז שופך דמעות,
די בכיות וואס דער רבי האט אראגעלייגט ביי דעם ניגון, (אגב האט מיר דער דיין רבי געציל
בערקאוויטוש שליט"א געזאגט אז ביי עם איז דער הויכפונקט פונעם יום טוב געווען די דאזיגע
בכיות ביים ניגון פון מהר והבא), ווי אויך ווען דער עולם האט אזוי הארציג געזינגען
אבינו אב הרחמן המרחם רחם נא עלינו, כבן המתחנן לאביו, ממש ממש מעין עולם הבא,
און דערנאך דאס געזעגענען פון יום טוב ווען דער רבי שליט"א האט געזאגט "שובו לכם לאהליכם"
ווי שיין ער האט אנגעוואונטשן פאר די אלפים ורבבות, שובו לכם לאהליכם, די יונגעלייט
מיט די בחורי חמד צוריק אין כולל און אין די ישיבות, צוריק צו די גמרא, און פאר די בעלי
בתים צוריק צו די שיעורים כסדרם, און הצלחה מיט פרנסה בריוח ובניקל, מיט געזונט
און מיט נחת פון די קינדער מיט ישועות ורפואות פאר כלל ישראל, און יעדער זאל געהאלפן
ווערן מיט אלעס גוטס, מיט שידוכים, פרנסות, און מיט רפואות וישועות, יעדער וואס ער דארף,
און דערנאך פאר די נשים זאלן פירן די שטובער על דרך ישראל סבא, הערליכע הייזער, אידישע 
הייזער, ביז מיר וועלן אלע זוכה צו זיין צו גיין אקעגן דעם גואל צדק במהרה בימינו אמן,

און דער עולם האט ספאטעניעס אויסגעשריגן בנגינה, "רבונו של עולם שמע קולינו, געזונטע לאנגע
יארן פאר קדושת רבינו, ווייטער צו צוען די גאלדענע קייט, עד ביאת גואלינו"
בלייבט אונז נאר צו זאגן, "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו"
דאס אלעס איז דער גאנצער יום טוב, "מיט איין ווארט".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 18:55 לינק ישיר 

איין זאך וואס איך נעם ארויס פון דעם יו"ט, אז נעקסטע'ס יאר, אויב ח"ו משיח וועט נישט קומען, וועל איך מער נישט מאכן די מיסטעיק אין בלייבן אין שטאט, איך וועל אי"ה ארויסקומען אויף קרית יואל, איך בין אזוי אנגערייצט געווארן.

איך לעולם שטארק געוואלט גיין היי יאר אבער איך האב נאר איין גרויסע פראבלעם, אז די פאקט איז אז פאר די ווייבער אין קינדער איז עס א שטיקל מסירות נפש, למעשה זענען זיי נישט ביי קיין טישן, זיי זענען כמעט נישט אין ביהמ"ד ביים דאווענען מיטן רבי'ן, ספעציעל אויב מ'האט קליינע קינדער, זיי האבן אין אלגעמיין נישט אזא געפיל צו רביסטעווע, ווי אזוי קאנווינסט מען זיי צו פאקן פעק אין זיין אין די פרעמד פאר גאנץ יו"ט? גיין אליין איז ביי מיר אויך נישט קיין אפציע. דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס איך בין נישט געפארן דאס יאר און איך ווייס באמת נישט וואס צו טון נעקסטעס יאר.

א כלל איך וויל גיין, אבער די זעלבע צייט וויל איך נישט פוגע זיין אין שלום בית.

איינער האט א עצה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 19:05 לינק ישיר 

קושקע,
זייער פשוט, מי שטרח בערב שבת יבא ויאכל בשבת,
מען הייבט אן צו זארגן חול המועד פסח,
מען זאגט פארן "הערנאר"
איך וועל דיך טראגן דעם חול המועד ווי די ווילסט,
סאקס פוט עוועניו, מעיסיס, בלאמינגדייל, דזשעי סי פעני, וכו'
פראספעקט פארק, בארא פארק, סענטראל פארק, טערעס אן דע פארק, וכו' וכו'
כאטש איך האב בכלל נישט קיין הנאה דערפון, נאר וואס טוט
נישט א געטרייער מאן פאר זיין פרוי,
און שבועות וועט זיין PAY BACK TIME,
ס'וועט זיין דער זמן פון פרעון חוב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2006 11:27 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ועד להוצאת ספרי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט ארויסגעגעבען א קונטרס פון פערציג זייטן! פון חידושי תורה אויף שבועות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2006 11:27 לינק ישיר 

מצורף קובץ

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שבועות! דער חילוק, אין איין ווארט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext