בית פורומים כל העולם כולו

פארשלאג, נייע תקנה בבהמ"ד בקר"י בנוגע די זיצן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/6/2006 23:59 לינק ישיר 
פארשלאג, נייע תקנה בבהמ"ד בקר"י בנוגע די זיצן

איך וויל פארשלאגן א תקנה וואס מען זאל איינפירען אין קר"י בהמי"ד

יעדער ווייסט אז עס איז דא צענדליגער זיצען אין בית המדרש
וואס מענטשען וואס טרעטען נישט אריין דארט האלטן אן. פאר די געלט דערפין
דהיינו זיי פארדינגען עס, מען בעט גראב געלט, עס צאלט זיך אויס די מעמבערשיפ מיט די זיץ איבערן יאר
אין היות זי זיץ ווערט דאך טייערער פין יאר צי יאר, האפן זיי עס צי פארקויפן פאר גראב פראפיט אין די קימענדיגע פאר יאר
אין דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי האלטן עס, ווייל זיי ווייסען ניטאמאל ווי די בית הכסא אין שול איז
זיי טרעטן נישט אריין דארט, אין דעם שול

איך שלאג פאר אז קהל זאל מאכן א תקנה אז ווער עס דאווענט נישט אין ביהמ"ד
קען נישט האבן די קיין זיץ דארט, א ביהמ"ד איז נישט קיין ריעל עסטעיט מארקעט!!!
א זיץ איז געמאכט אז א מתפלל זאל קענענן דאווענענן דארט מיט מנוחת הנפש
נישט אז עפעס א זאלי זאל וויסען אז ער האט א זיץ וואס ער האט געקויפט פאר דריי יאר צוריק פאר 4000 דאלער
אין ער גיי גייט עס קענענן פארקויפן פינף יאר ארום פאר 15000 דאלער

עס איז נישט קיין יושר לגבי די וואס קימען יא דאווענן אין שול
אז זיי קענענן נישט האבן קיין זיץ, ווייל איינער וויל מאכן געלט דא
אין ביי יעדע יומא דפגרא שינדען די בעלי בתים די הויזן, אין בעטען טייערע טייערע פרייזען

איך האלט אז עס איז ווערט צי דעבאטירן, קען זיין אז די תנה האט לעכער,
אבער מען דארף עס נעמען אין באטראכט

יעצט שבועות האן פיל מענטשן געליטן פין די חברה, אין די זעלבע גייט זיין די הייליגע טעג

תוקן על ידי - kj_village - 07/06/2006 0:02:59



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2006 00:53 לינק ישיר 

די הייליגע טעג?

די הייליגע טעג האבן רבותינו הק' זי"ע געדאווענט אין וומ"ס, איך האף אז רבינו שליט"א וועט נישט משנה זיין.

עס איז נוגע יעצט, ווי באקאנט פלעגט דער קדוי"ט זי"ע זאגן אז פרשת נשא ווען מ' לייענט נשא את "ראש" פאלט שוין אויף מיר די פחד פון ר"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2006 00:57 לינק ישיר 

הייבטס ענק נישט אן צו טענה'ן וועגן דעם יעצט, ווייל ביז דעמאלס וועלן מיר שוין האבן אויפגעבויט דעם נייעם ביהמ"ד אויף ראס סטריט אי"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2006 02:10 לינק ישיר 

איך מיין אז עס איז נישט שייך צו אינפארסען אזא תקנה,

קודם כל,
ס'איז נישט קיין יושר אוועק צונעמען פון יענעם א זיץ וואס יענער האט געקויפט וויבאלד ער ניצט עס נישט, ווען די וואלסט דיך ווען אויסגענומען מיט אים פאראויס ביים קויפען אז מ'דארף כאטשיג 2-3 מאל א יאר קומען דאווענען אין ביהמ"ד איז פיין און וויאויל, אבער יעצט קענסטו עס נישט אוועק נעמען פאר די סיבה.

צווייטענס.
וועט ער יעצט אנפאנגען צו קומען דאווענען אין ביהמ"ד יעדע פאר וואכן, און עס פעלט אינז נישט אויס אז זיי זאלן קומען, די ביהמ"ד איז גענוג איבערגעפולט אן זיי אויך, זיי וועלן סתם ענג מאכן פאר די וואס ווילן באמת קומען דאווענען.

ברענג זיי נישט צוריק, ס'איז נאר א ישועה ווען זיי גייען אוועק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארשלאג, נייע תקנה בבהמ"ד בקר"י בנוגע די זיצן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext