נשלח ב-8/6/2006 07:35
פאלם vs פאקעט פיסי היות איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבען וועגען די טעמע נאר כ'בין נישט אנגעקומען און אזוי
ווי היינט האט זיך געמאכט אז איך האב דאס געשריבען און א אנדערע פארום ברענג איך עס דא אראפ
און איך האף אי"ה צו צולייגען דערצו אדער ווער עס קען זאל............
פאלם
ניצט זייער אייגענע אפערעיטינג סיסטעם
פאקעט פיסי
ניצט ווינדאס אפערעיטינג סיטעם און עס זענען דא אסאך קאמפעניס וואס מאכען פאקעט פיסיס
גרינג צו ניצען
פאלם
איז גרינגער צו ניצען למשל צו עפענען א פראגרעם דריקסטו אויף די סיבאל און עס איז אפען און
ווען דו גייסט ארויס דערפון איז עס צוגעמאכט און עס ניצט נישט מער קיין מעמארי.
פאקעט פיסי
דארף מען קודם אויף זיכען ווי די פראגרעם איז און ווען דו גייסט אריוס דערפון בלייבט עס נאך
אלץ ארבעטען אין די בעק גראנד אוןביז די פארמאכסט נישט די פראגרעם אין די מעמארי סעקשן ניצט
עס אויף פון די מעמארי ספעיס אבער ווען איינער קען זיך שוין גוט אויס אין פאקעט ווינדאס זעט
מען אז עס איז אסאך מער פלעקסיבאל און א טיפערער אפערעיטינג סיסטעם פון פאלם.
טאג טעגליכע באנוץ
ביידע האבען ארגענייזערס און אדרעס ביכער און לוחות און אלארעמס צו דערמאנען אפוינטמענטס וכדומה.
פאלם
איז בעסער מיט די אלארעמס וויל עס ארבעט בדרך כלל אייביג
און ווי אויך מיט די טעסק מענידזשער
פאקעט פיסי
איז בעסער מיט די אדרעס בוך ס'האט מער אפציעס
און איינע פון די גרעסטע מעלות פון פאקעט פיסי איז די טאדעי סקרין וואס ווען די צינסט אן די
מאשין קומט ארויף דיינע קומענדיגע אפוינטמענטס און דיינע קומענדיגע פליכטען (טעסקס)
אימגעליינטע אימעלס און מעסעדזשס.
סטעבילעטי אינעם סיסטעם
פאלם
ווען ס'מאכט זיך אז א פראגרעם קרעשט דארף מען געווענליך מאכען א סאפט ריסעט אבער עס קרעשט
ווייניג.
פאקעט פיסי
קרעשט אפטער ווי פאלם אבער מ'קען פארעכטען דעם פראבלעם גרינגער דארוך די מעמארי סיסטעם
(אבער עס איז אלץ גוט צו מאכען יעדע שטיק צייט א סאפט ריסעט פארשטייט זיך מ'זאל קודם אלעס
סעווען)
מוזיק און געימס און ווידיא
פאלם
האט שוין היינט צוטאגס גאנץ א גיטען סיסטעם
פאקעט פיסי
איז אביסעל בעסער אין דעם.
אריין לייגען אינפארמעשן דהיינו שרייבען דערויף וכדומה
ביידע די זעלבע גוט
דריטע פארטיי סאפטווער
פאלם
האט ווייניגער פראגרעמס ווען מ'קויפט עס אבער עס איז דא אלץ (בדרך כלל) צו באקומען דארוך א
דריטע פארטיי בכלל האט אדערוויל פאלם מער דריטע פארטיי פראגרעמס און געימס ווייל עס איז עלטער
און כמעט אלע אלטע פראגרעמס אדער געימס ארבעטן אויף די נייע פאלמס אויך
פאקעט פיסי
קומט יא מיט מער פראגרעמס און די מעלה איז אז עס איז כמעט די זעלבע וואס די ניצט אויף א
געהעריגע קאמפיאטער ווי ווארד, עקסעל,וכדומה אבער נישט אלע אלטע דריטע פארטיי סאפטווער און
געימס וועלן ארבעטען אויף די נייערע מאשינען
אבער ביי ביידע אז די זכסט א ספעסיפיק זאך קען מען אלץ טרעפען עפעס.
אינטערנעט
און אין דעם גייט אויך אריין צוזאם געשטעלטע דהיינו pda מיט א phone
פאלם
האט נאר דריי אויס וואלען פון צוזאם געשטעלטע די treo 600. 650. 700 p-w
פאקעט פיסי
קען מען טרעפען אסאך מינים
יעצט אזוי צו האבען א pda/phone מיינט עס אז די דארפסט האבען עקסטערע סערוויס דערפאר און
זיכער (אדערוויל) נישט אינטער פערציג דאללער א חודש מער
אבער עס זענען דא נאך וועגען ווי אזוי זיך צו קאנעקטען אדער דארוך בלאטוט אדער וויי פיי
וכדומה למשל אויב דיין מאשין האט בלאטוט און דיין פאון האט בלאטוט און די האסט א דעטע פלאן
אויף דיין פאון קענסטו זיך קאנעקטען דערצו און אזוי גיין אויפן נעט (איך בין נישט זיכער
וועגען ווארייזען)
יעצט די אינטערט אליין דערוף איז נישט די בעסטע עס ווענד זיך אויף וועלכע סייט וכדומה.. למשל
איך האב א pda/phone איך קען טאקע ליינען הייד פארק אבער איך קען נישט שיקן דערפון קיין
תגובות (ס'קען זיין אז פון די היינטיגע ווינדאס מאביל 5 איז בעסער כ'האב נאך נישט געטרייעט)
נשלח ב-9/10/2006 01:44
palm is more user friendly but pocket pc is more usful
נשלח ב-16/10/2006 19:56
איך האב יעצט א Dell Axim X50v (מ'גייט שוין איינטוישן אויף X51v), איך זיך שוין לאנג ארום אויב איינער קען מיר אנצייגן ווי איך קען באקומען אידיש דערויף (אידיש מיין איך א אידיש'ן לוח, טייפן אידיש, און לייענען אידיש דהיינו.. היידפארק, אידישע אימעילס וכדו'), איך קען באשטיין לכתחילה פאר אומזיסט פארשטייט זיך, אדער פאר נישט צו טייער, און ווי אויך נישט קיין דיקן פעטן אפליקעישאן וואס וועט פארנעמען עטליכע זיצן, אדער מאכן טראבל און מיר ארויסשטעלן פין ביזנעס. ייש"כ למפרע
נשלח ב-18/10/2006 06:51
איך באנוץ זיך מיט פען רידער (די ערשטע לינק) און איך בין זייער צופרידען דערמיט..
נשלח ב-18/10/2006 20:05
pocketpc.co.il, is the best one, even with a hard reset, it will still work, but one problem is, that you cannot post on hydepark, so if someone knows a way how to post on hydepark from a pocket pc, should let me know
נשלח ב-18/10/2006 20:39
ס'לאזט זיך שווער גלייבען אז עס זאל ארבעטען נאך א הארד ריסעט, אבער כ'האב עס נישט אויס געטרייעט במילא ווייס איך נישט, גראדע איז עס א שטיקל חיסרון אז עס ארבעט נאך א הארד ריסעט ווייל דאס מיינט אז עס קליענט זיך נישט אינגאנצען אויס , עניוועי וועגן שרייבען דערמיט אויף הייד פארק, מ'קען נישט שרייבעןן מיט די אנדערע אויך נישט און דער פראבלעם איז אז הייד פארק איז נישט אינגאנצען קאמפעטעבול מיט מאבעל אינטערנט עקספלארער, אבער כ'האב שוין פראבירט מיט אנדערע עקספלארער'ס אבער זיי זענען נישט אסאך בעסער. אינטערעסאנט אבער אז אויף אנדערע פארום סייט למשל www.heimishekretchme.com קען מען יא שרייבען מיט א פאקעט פיסי ס'איז דא איין וועג ווי אזוי מקען שרייבען אויף הייד פארק דורך א פאקעט פיסי , אבער איך מוז ענק ווארענען פארדעם אז עס איז נישט אזוי באטעמט, דאס ארבעט אזוי, מאך אן א אקונט ביי לאג מי אין logmein.com און לייג סיין אריין דיין דעסקטאפ יעצט אויב דיין דעסקטאפ/נאוטבוק איז אנליין אגאנצע צייט קענסטו פון דיין פאקעט פיסי זען דיין דעסקטאפ און פון דארט זיך באהעפטן,
נשלח ב-19/10/2006 20:12
גלייך נאכדעם וואס עס געשעהט דיין HARD RESET קומט ארויף א שאלה אויף דיין פאקעט פיסי טאמר די ווילסט INSTALIN היברות און אויב דו ווילסט נישט מיזט עס נישט אינסטולין האסטו נישט די עברית. דרך אגב אלע אנדרע וועבסיידלעך קענסו יר שרייבען. כמיין היידפארק איז די איינציגסטע וואס די קענסט נישט. און איך מיין אויכט זאיס שוין געקומען די צייט פאר היידפארק צו מאכען א ספציעילע MOBILE סייט. פונקט ווי ישרא-בלאג.
נשלח ב-30/11/2006 00:49
ווייסט איינען אויב עס איז דא hebrew פאר treo700p וואס מען זאל קענען טייפן מיט די keyboard ? איך האב piloc אויף די 650 האט מען געקענט טייפן אבער אויף די 700 קען מען נאר ליינען נישט שרייבן אויב איינער קען מיר ביטע העלפן???
נשלח ב-11/12/2006 05:57
on a side note,
ב"ה זייט דער נייער דיזיין פון מסורות קען איך שוין שרייבען אויף הייד פארק דורך מיין פאקעט פיסי, איך האב נאך נישט פראבירט פון אנדערע מאשינען, אבער לכאורה דארף עס שוין ארבעטן, און דאס איז גוטע נייעס פאר אלע פאקעט פיסי אונער'ס
נשלח ב-17/1/2007 09:33
עולם_2 כתב: ס'איזדאאייןוועגוויאזוימקעןשרייבעןאויףהיידפארקדורךאפאקעטפיסי,אבעראיךמוזענקווארענעןפארדעםאזעסאיזנישטאזויבאטעמט,
דאסארבעטאזוי,מאךאןאאקונטביילאגמיאיןlogmein.comאוןלייגסייןארייןדייןדעסקטאפיעצטאויבדייןדעסקטאפ/נאוטבוקאיזאנלייןאגאנצעצייטקענסטופוןדייןפאקעטפיסיזעןדייןדעסקטאפאוןפוןדארטזיךבאהעפטן,
does Logmein also work from the Treo 650?
נשלח ב-18/1/2007 00:03
לכאורה יא, אבער כ'מיין אז עס פעלט שוין נישט אויס, ווייל מ'קען שוין היינט צו טאגס שרייבען פון א פאקעט פיסי גלייך אויף הייד פארק.
נשלח ב-18/1/2007 08:43
I'm asking not only because of the Hebrew I'm asking stam azoi because it would be cool to be able to see your PC thru your PDA!
so I'm wondering if anyone used their Treo with Logmein & what's the results
נשלח ב-28/1/2007 05:30
וועלכער פאקעט פיסי האסטו? ווייל ביי מיר קומט נאך אלס ארויף error
נשלח ב-29/1/2007 01:15
עס ארבעט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 1 2 סך הכל 2 דפים.
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.