בית פורומים כל העולם כולו

ווער האט אלטע סחורה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2006 23:37 לינק ישיר 
ווער האט אלטע סחורה?

איך דארף האבן די אלטע - און נייע צוגלייך - ביכער אויפן רבי'ן זי"ע, איך געדענק שוין אליין נישט די נעמען, דוקא און בלויז אויף אידיש.

איך האב ביז איצט געשאפן:

דער סאטמארער רבי (ראזמארין - געשריבן בחיים חיותו פון רבי'ן, תשכ"ז)
די תקופה פון סאטמארער רב (בית רחל)
פארגאנגענע וועלטן 2 בענדער (שיינבערגער - איך ווייס אז עס איז צריך בדיקה)
מאפילה לאור גדול 2 בענדער (הערשל פרידמאן)
זכר צדיק לברכה 2 בענדער (אברהם דוד גליק)
דער רבי פון כלל ישראל (שלמה יענקל)
פעולת צדיק לחיים (שטיינבערג)
[שקיעת החמה]
(מסעות ישעיה)

וואס איך ווייס אז איך האב נישט:
נפלאות מהרי"ט (ר' נתנאל'ע פארקאש כמה חלקים?)
תפארת יואל (בודק כמה חלקים?)
דער זייל פון די אידישע וועלט (מנחם מענדל גערליץ)
זכרון בספר (לאנדא)
מבצר תורה ויראה (קרית יואל 3-2 בענדער)
דער קרוין פון כלל ישראל (?)
און א ביכל פון חיים משה שטויבער פארגעסן דעם נאמען (ערשינען תש"מ)

***

איינער קען מיר מודיע זיין וואו מען קען שאפן איינער פון די דערמאנטע ביכער - קונטרסים?
איינער האט קאפיעס פון איד, אידישער קוואל אד"ג?

אדער אויב איהר זענט ביכולת ווינציגסטנס אנפיהלן די ליסטע אז איך זאל וויסן כאטש וואס עס פעהלט?

יישר כחכם

מען קען זיך ווענדן אויך אין תיבה אישית, אדער אימעיל.

[email protected]

נ.ב. ווער עס האט איינער פון די דערמאנטע און דארף זיי מער נישט, קען איך זיי אפקויפן. כ'האב א פאסט אפיס באקס, און איך קען צאהלן מיט א מאני ארדער, איך קען שיקן צו א פאסט אפיס באקס, אדער צו עלטערן/שוויגער עלטערן/חברים/משפחה אד"ג צו האלטן אייער אינדענטיטעט אין געהיים.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 00:47 לינק ישיר 

צוליב די מערערע ווענדונגען אין תיבה אישית, יעדער וויל וויסן צואוואס איך ברויך די סחורה, ס'איז גאנץ אינפאך.

כ"ו אב ממשמש ובא.
כ'האב געפרעגט מיין יונגל פאראיאר נאכ'ן יארצייט אויב דער מלמד האט דערציילט מעשיות אין חדר פונעם רבי'ן זי"ע, האט ער געזאגט נאר אז ער האט זיך נישט אפגעשוירן די בארד ביי די צווייטע וועלט מלחמה און ער האט זיך געמאכט ווי די ציין טוט וויי.

עטליכע טעג שפעטער פרעג איך דעם מלמד הלמאי? זאגט ער ווייל ער האט גענומען א מושיען של ישראל און געבלעטערט דא און דארט, און צום סוף נישט געהאט וואס צו דערציילן נאר דאס.

יעצט האב איך נאך א קינד ביי איהם, האב איך אים פארשפראכן אז איך וועל איהם שאפן אויף אידיש וואס נאר מעגליך, און אויף אידיש איז דאך שוין מער פאסיג פאר קינדער וועט ער שוין קענען עפעס ארויסנעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 01:43 לינק ישיר 

האסט פארגעסן די ספר פון ר' סנדר דייטש ז"ל
דאכט זיך מיר הייסט עס בוצינא קדישא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 07:18 לינק ישיר 

ער רעדט פון ספרים אין אידיש.

נבוכדנצר, וועסט טאן א מצוה אויב וועסט אריינסקענען אביסל פון די ספרים און עס ארויפלייגן דא אויף היידפארק.

אגב, אין וועלכן חדר ווייסט א מלמד אזוי ווייניג צו דערציילן איבער'ן הייליגן רבי'ן זי"ע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 23:18 לינק ישיר 

אין וועלכען חדר קען א מלמד נישט לשון קודש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער האט אלטע סחורה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext