|
|
| נשלח ב-9/6/2006 19:49 |
|
| |
לכבוד שבת
איך פארשטיי פונקט פארקערט. אז דו שיקסט מיר בילדער מעגסט דו פארלאנגען איך זאל דיר באטיטלען
אזוי צו אזוי אדער וועסט דו אויפהערען צו שיקען בילדער. אבער מיט וואס פאר א רעכט פאדערסט מיר
איך זאל נישט דעקען קיין נייעס ווען דו ביסט נישט דער קוואל פאר דעם? א סטארי איז א סטארי. (A
STORY IS A STORY)
אויב די בלאטס ליינער זיינען אינטערסיערט אין די נייעס, די בילדער צו וואס האט ער געטראפען
אויף היידפארק צו ווי אימער, פון דיר האט ער עס נישט באקומען, ווער ביסט דו עם פארלאנגען נישט
צו שרייבען?
פון די טיימס צו די פאסט וואלסט דו אויך פארלאנגט נישט צו שרייבען נייעס וועגען באבאב אויב
זיי שרייבען נישט לויט דיין געשמאק? און ווען דו פאדערסט ווען יא, מיינסט אז זיי וואלטען דיר
אויסגעהערט?
נייעס איז נייעס, האסט נישט קיין שום ררעכט צו פארלאנגען פון א פרעמדע צייטונג נישט צו דעקען
נייעס וואס אינטערסיערט זיינע ליינער.
אזוי ווי מ'האט באשלאסען צו דעקען די נייעס, האט מען געגעבען דיין רבי די מכובד'דיקסטע טיטעל
וואס מ'קען אן אריינצוקריכען אין דיינע מחלוקת. וואס מער קענסט דו פארלאנגען?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 19:59 |
|
| |
JK ווילידש
ער האט דיר געבעטן שרייבען באבוב? ער האט דיר געבעטן שרייב גארנישט.
איך האב אפילו נישט קיין הוה אמינא אז בית דין וועט אוועק נעמען דעם נאמען פון ר' מרדכי דוד עס גייט זיכער נישט געשען.
הגם דער וואס שרייבט אז די טובה פון ר' בן ציון איז די טובה פון לוינט זיך פאר סאטמאר צד ר' אהרן ווייסט פשוט נישט וואס ער זאגט, עס איז ממש פארקערט, עס איז נישט נוגע פאר דעם אשכול אבער טאמער איינער וויל פארשטיין קען ער מאכען אויף דעם א אנדערער אשכול אין איך וועל עס מסביר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 20:32 |
|
| |
עפשטיין
איך האב נישט געשריבען מיין תגובה, ווייל איך האלט אזוי אליבא דאמת כ'האב עס געשריבען פשוט : לקנתר דעם גל_עיני,
איך קען עם נישט סובל זיין ווי ער קימט דא האקן אויף רבינו שליט"א כאילו רבינו אינטערסירט עפעס וואס עס טיט זיך ביי באבוב
בכלל, האבן חסידי רמ"ד געהאט גענעיג טובת פין צד רבינו שליט"א {ליין. אהרן וועלץ..} אז זיי מעגען זיך אויפירען מער מענטשליך אין בפרט דא ווי זיי האבן אלעס אליינס אנגעדרייט מיטן נישט לאזן בככל שרייבען אין די צייטונגען די ערשטע יאר גארנישט אזוי האט רב"צ באקימען!!
וואסא דיף, האט זייער גיט ארויסגעברענגט פארוואס זייער טענה אז מען זאל גארנישט שרייבען איז נישט קיין טענה
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 23:05 |
|
| |
מר עפשטיין*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
איך בין דער וואס האט געשריבן וועגן באבוב דין תורה / סאטמאר
און איך וועל עס איבערשרייבן
אבער קודם
עס איז - לויט מיין מיינוג – זייער קלאר, אז בדרך כלל זענען די אהרונים שטיצער – אני הקטן בתוכם – פון באבוב חלק רמ"ד און די זאליס זענען באבוב חלק רב"צ
אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די פאקט, פון וואס עס גייט פאר ביי דין תורה
ביי די דין תורה, איז די עיקר טענות פון אנשי רמ"ד אז די קהלה, בנינים, מוסדות איז א ירושה ענין, און ממילא איינמאל רנ"צ ז"ל האט עס גע'ירש'נט גייט עס ווייטער פאר זיינע קינדער – אין אנדערע ווערטער באבוב געהערט פאר אנשי רמ"ד
און די עיקר טענות פון די אנשי רב"צ איז אז באבוב איז א קהלה און אלע בנינים, מוסדות, קעמפס, בתי מדרשים געהערן פאר די קהלה וואס איז א חפצא פאר זיך, און ר' שלמה ז"ל איז געווען דער רבי, ביי זיין פטירה האט מען אויפגענומען רנ"צ ז"ל פאר רבי/רב און רב"צ פאר רב הצעיר, און וויבאלד רנ"צ ז"ל איז אוועק איז רב"צ געווארן רב פאר צוויי סיבות, די עיקר סיבה אז ער איז שוין געווען רב הצעיר, און די צווייטע סיבה ווייל קהל האט אים אויפגענומען
און לויט מיינע ידיעות, האלט עס אז בי"ד האלט ביים אנ'נעמען די טענה פון אנשי רב"צ
און פארוואס דאס העלפט פאר סאטמאר[אהרונים] פארשטייסטו מן הסתם,
אויב האסטו אנדערע אינפארמאציע לייג עס ארויף, הגם מיין מיינונג וועסטו נישט טוישן ווייל איך האב קראנטע אינפארמאציע פון אנשי באבוב ביידע זייטן, אבער לאמיר הערן וואס דו האסט צו פארקויפן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 23:35 |
|
| |
לסיכום
רוב חברי הפורם האלטען אז "דער בעלט" האט געטין אן עולה,
חלק מחברי הפורם האלטען אז די עולה איז נישט אזוי גרויס וויל מיר האבען געטין א גרעסערע עולה פארדיענגין אונזער מתיבתא,
יעדער איינער פון די חברי הפורם ללא יוצא מן הכלל איז זייער בייז אויף דעם טיטול "קרית יואל רבי" וואס בסך הכל קומט פון איין נארשע ניק אין היידפארק אני הקטן דער "גל",
קוקט אין שפיגעל און קלערט פארוואס שפרינגען אייך אזוי שטארק אויף און טיטול "קרית יואל רבי" און זאג "מה דעליך סני לחברי לא תעביד"
אפשר איז צייט אז די קרית יואל חסידים זאלען אונז פארשטיין און אועק לייגען אלע הסברים פארוואס די בלאט זעל אדער בכלל נישט שרייבען פון אונז, אדער אונז רופן נארמאל "באבוב" בכבוד הראוי לרבינו מבאבוב שליט"א,
און פאר די אלע וואס זאגען אז סי איז מלך נישט דער רבי, אנפערט מיר וואס וואלט איר געטון פאר מלך אויב מארגען גייט ער שרייבען ANYTHING וואס עס גייט מאכען א גרויסע שעדען פאר אייך,
געדענקעט אונז באבובער חסידים זענען אייך ידידים געווען ביז היינט, דאס איז דער ערשטע מאל וואס איך האב אייך געטשעפט, אבער אויב איר קענהט נישט שטיל מאכען אייערע שופר דער בלאט און אכטונג געבען אויף די כבוד פון אונזער רבי מיט זיין קליינע קהילה, קענעט איר נישט בעטען איך זאל אכטונג געבען אויף דעם כבוד פון אייער רבי מיט די גרויסע קהילה,
איך בייט פון אייך לאמיר ארבעטן צוזממען נישט איינער אנגעקען דעם אנדערען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 23:37 |
|
| |
איך זעה אז די טענות דא האבן זיך פארצויגען און פארברייטערט, לאמיך פרעבירען צו מאכען א סך הכל
גל עיני'ס טענות קעגען רבי'ן זענען שטותים והבלים (און חוצפה), בעט יא אריין צי לייגען נישט אריין לייגען, ער פארשטייעט אליינס אז דאס איז ווי צי בעטען פון ר' מרדכי דוד'ען אליין אז באבוב זאל אראפ נעמען די קליפ פון זייער פארום ווי דער פאפער רבי טאנצט
פין די אנדערע זייט, גייט דא פאר א עיקר שכחתי
מען פארגעסט פון די עיקר פוינט וואס איז באמת א עוולה נוראה שאין כמותו אז די סאטמארער צייטונג זאל זיך אריין מישען אין א מחלוקה פון א צווייטע חסידות און - ווי אין די אמאליגע צייטן פון איד קעגן וואס דער בלאט איז לכתחילה געגרונדעט געווארען - זיך דערקלערען אלץ טאן געבער ווער עס איז באבובער רבי, אין די צייט וואס ר' מרדכי דוד איז א גרויסע קהלה פון הונדערטער חסידים און מיט דעם טשעפעט דער בלאט חנם בלא דבר מיט הונדערטער מענטשן וועלכע שפירן פאר זייער רעכט זיך צו רופן באבוב
די זאך איז נאר דא, אז עס איז נישט די סאטמארע צייטונג נאר איין יחיד, מיילעך דייטש
איז די העכסטע צייט אז סאטמארער חסידים זאלן אויף הייבן א וויי געשריי, און נישט סתם א וויי געשריי נאר א הילכיגען, און פארפירן און איבערדרייען א וועלט, קעגן מיילעך דייטש, היתכן ער פארשעמט סאטמאר פאר זיינע אייגענע אינטערעסן
יעדער וואס טרעפט אים דארף אים דאס לאזן הערן, מען דארף אים נאך שרייען , און עס מעג שוין אמאל זיין א בויקאט אויך, זאל ער עס שפירן אין זיין טאש איינמאל וועט ער וויסן אז ער איז נישט דער ווארט זאגער פאר סאטמאר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 23:44 |
|
| |
גל
איך בלעטער שוין דורך די בלאט 10 מאל און איך זע נישט עפעס ערגעץ ער זאל זאגן עפעס קעגן רמ"ד
גל וואס האט דיך ארויסגענומען פון די כלים? אפשר ווייל סשטייט אויפן פרארנט פעידזש א פיקטשור פון שבועות סאטמאר און סאיז נישט דא קיין פיקטשור פון באבוב?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2006 00:02 |
|
| |
גיי האלט א וויכוח מיט איינעם וואס זאגט קלאר אז זיין מיינונג גייט מען נישט טוישען.
מיין מיינונג קענסטו עני טיים טוישען ווען איך הער דברים של טעם.
אפשר גיי איך שפעטער מאכען א אשכול וועגען דעם נושא.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2006 01:24 |
|
| |
עפשטיין
קודם ישר כח פאר דיין קאפלימענט
יעצט צום ענין
לאמיר מיר קלאר מאכן, איך גיי מיר נישט טוישן מיין מיינונג וואס די טענות ביי די דין תורה איז, ווייל עס איז א פאקט אז די וואך גייט פרשת נשא [ אין חו"ל] היינט איז פרייטאג, איז די זעלבע "וואס" די טענות ביי די דין תורה איז איז א פאקט, און ווען איינער האט ערשט האנטיגע אינפארמאציע, איז נישט שייך קיין צווייטע זייט
וואס איז יא שייך און דוקא יא אינטערעסאנט איז, "פארוואס" איינעם'ס געווינס אנשי רב"צ/אנשי רמ"ד זאל העלפן/שאטן פאר סאטמאר אדער העלפן/שאטן פאר די זאליס
דאס וויל איך גראדע הערן
מר. עפשטיין, אויב ביזטו באליידיגט, דא האסטו מיין 'אפאלעדזשי'
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2006 01:43 |
|
| |
גל_עיני,
מיט א שטיק צייט צוריק האט אדמו"ר רמ"ד'ס ברודער חתונה געמאכט מיט טאהש. זיין איידים נ.צ.ה. וואס איז א שונא פאר דיין רבי'ן האט דאן געמאכט א שבע ברכות ביי זיך אינדערהיים און איינגעלאדנט רב"צ צו די שבע ברכות, כדי צו באליידיגן דיין רבי'ן. נ.צ.ה. האט זיכער געמאכט אז ס'איז דא בילדער וויאזוי זיין שווער טאנצט מיט רב"צ און ער האט געאפערט 1,000 דאלאר פאר דער איד און פאר'ן בלאט אז זיי זאלן אריינלייגן די בילדער, צו מאכן בושות פאר דיין רבי'ן.
וואס מיינסטו האט דער איד געטאן?
זיי האבן גענומען דאס געלט און אריינגעלייגט די בילדער, אנמאכנדיג א גרויסן בזיון פאר ענקער רבי'ן.
ווידעראום אין דער בלאט האט מען ארויסגעווארפן דעם יונגערמאן מיט זיינע בילדער און אים געזאגט בלא, מען גייט בשום אופן נישט אריינלייגן בילדער צו פארשעמען אן אנדערן רבי'ן, און ער קען זיך האלטן מיטן געלט.
אלזא, פאר דו פאנגסט זיך אן צו לעקן צו דער איד איז גוט אז דו זאלסט קענען די פאקטן.
אגב, די בילדער האט דער בלאט נישט גענומען פון היידפארק נאר וואלף רייכבערג האט זיי עס געברענגט.
|
|
|
|
|