היסטאריע: איצא גליק באגראבט זיך בידים
דער אפגעריסענער שוטה רשע וגס רוח פון "סאכדעס", זעט נישט אז זיין סוף איז נאנט, און ער גייט
און גראבט זיך אויס בידים א אייגענע קבר.
רוב פרעמדע קרייזן האבן שוין לאנג אפגעהאקט מיט סאכדעס, זייער הכשר גייט מטה מטה (איך ווייס
פון ערליכע אידן - אפגעזען פון פארטיי - וואס נעמען נישט אריין אין מויל זייער הכשר), א קול
קורא פון סאכדעס איז היינט גוט צו נוצן פאר מ'זאגט אשר יצר (נישט די פון די שבע ברכות...),
און זי איז אפגעלאכט ביי יעדן נארמאלן מענטש.
ער האט שוין באקומען די אפענע פראסק פון רבי'ן זאל זיין געזונט, וואס האט קלאר געזאגט אז ער
ארבעט נישט פאר איצא גליק'ס קאמפאני.
אבער ער זאגט ווייטער "כל זה איננו שוה לי", ווילאנג סאכדעס איז נישט גענצליך אין דער ערד
וועט ער נישט איינרוען...
לעצטנס קומט פאר א פאליטיק אין טאהש, איך האב שוין געשריבן אז איך בין נישט גענצליך באקאנט
מיט אלע פרטים, אבער פון די בריוו אויסטויש פון לאווען מיט איצא זעט מען גאנץ קלאר אז לאווען
איז גרייט צו גיין צו די"ת און איצא מאכט פון אים דאס גענאר בשם הביד"צ. [דאס
בארעכטיגט נאכנישט אויטאמאטיש די קלאגעס פון לאווען, און די אנדערע זאכן, איך האב נישט קיין
אינערליכע אינפארמאציע, איך האב נאר געשריבן מיינע איינדרוקן פון וואס איך האב געזען].
פריער האט "שלמה המלך" (איצא'ס ווארטזאגער אויף היידפארק, אפשר אפילו ער אליינס) ארויפגעלייגט
א כתב סירוב קעגן לאווען מיט די לעדערהעד פון "סאכדעס".
אבער די סירוב מאכט היסטאריע און איז ממש פרעצעדענטלאז:
געווענטליך א סירוב שרייבט נישט אונטער קיין מזכיר, נאר דער בי"ד אליינס שרייבט עס אונטער,
אלעס ביז אהין לאזט מען דעם מזכיר טון (א חורבן פאר זיך), אבער אזויפיל האט יעדער פארשטאנען
אז דעם סירוב זעלבסט דארף ווערן אונטערגעשריבן פון די דיינים.
יעצט האט איצא באשלאסן אז ער קען אליינס! ער איז סיי די עד, סיי די בורר, סיי דער מקטרג, און
סיי דער שופט! אלעס אליינס פאר זיך!
זאגט'ס דעם שוטה זאל אונז אלע מעלדן ווען ס'גייט זיין די לוי'...
 |
|
|