ברעיקינג! זאלי קומט צו הנחת אבן הפינה
ילכו מחיל אל חיל, נאך די חומש סעודה אין בארא פארק וועט יעצט זאלי גיין באשיינען אויך די הנחת אבן הפינה פונעם נייעם סאטמארע ביהמ"ד אין קלינטאן היל, ווייל דער רבי האט געשריבען א צוואה אז ער איז רבי אין וויליאמסבורג, והגלילות אויך מסתמא, און בעיקר, ווייל ער האט חסידים וואס וואוינען דארט איז ער בארעכטיגט צו קומען און אנפירען די מעמד
איך ברענג דא וואס דרייניץ האט געשריבן וועגן דעם חומש סעודה, די זעלבע איז גילטיג אויך ביים הנחת אבן הפינה
דאס איז אלעס חוץ די עצם זאך אז די מוסדות שטייען עכ"פ על פי תורה אונטער נשיאותו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אזוי ווי ער איז אויפגענומען געווארן בתוך ימי השבעה דורך רוב חברי הקהלה, חברי הנהלת הקהלה, חברי הנהלת המוסדות אלץ רבי און מנהיג פון סאטמאר אין בארא פארק (און וויליאמסבורג זיכער). אבער חוץ מזה וואס איז נאך תלוי במחלוקת, די עצם זאך אז מען האט איהם געלאדענט און ער האט דאס אנגענומען איז די נארמאלע זאך צו גיין און זיך נישט אפהאלטען צוליב די סטראשע פון טעראר פון נידעריגע עלעמענטען.
נאכאמאל עולם כמנהגו נוהג ושוטים שקילקלו עתידים ליתן את הדין.
נו זאל נאר אהרן פראבירען, דער רבי שליט"א וועט אי"ה באשיינען דעם אויבען אן ביים אבן הפינה
 |
|
|