ס'איז פאר אונז באבוב'ער חסידים א גרויסע כבוד צוצוזעהן ווי ביידע סאטמער רבי'ס האבן זיך מטריח געווען אריינצוקומען קיין בארא פארק אין אפגעבן א מזל טוב פאר'ן באבוב'ן רב לכבוד השמחה במעונו בנישואי בתו שתחי'.
יישר כוח פאר די שיינע בילדער האסט מיר ממש מחיה געווען.
נשלח ב-12/6/2006 11:43
הערליך שיין.
נישט פארגעסן, אז די סאטמערע רבי'ס משפחה, זענען נאנטע קרובים צו אדמור"י באבוב. ביידע זענען אייניקלעך פון מהרש"א מראצפערט הי"ד זיע"א.
מאך נישט אוועק הגה"ח ר' מ"צ וואקסמאן שליט"א. ער איז א גרויסער יחסן- דאכצעכמער זיבן מאל א צאנזער אייניקל- און א איד אן עובד ה' באמת א מתמיד עצום און א שיינער גאון לעצמו.
עס איז געווען א סיבה פארוואס ער האט עם געדארפט נעמען פאר אן איידעם -נישט ווייל ער האט אנערקענט זיין גדלות- ואכהמ"ל. און אזוי וואו ר' שאול ה' האט געזאגט ביי זיין חתונה אז עס איז אן עונש פאר איינמאל נישט תיכף פאלגן דעם ציווי פון דער הייליגער קדושת ציון זי"ע. ער איז אלעמאל געווען א מבין אויף זיין צאצקעלע, עס קומט אים נישט אז דו זאלסט חוזק מאכן פון אים.
נ"ב. איך וויל מיך אנטשולדיגן פאר אלע ציונים פארן ניצן דער ווארט "הייליגער" אויפן קדושת ציון. BUT I'M SORRY דער וואס ארבעט אויף זיך אין די אינגע יארן, און אפי' אין שווערע צייטן, איז קדוש, און אויב מען פארפאטשקעט קען מען נישט שרייען ביי די פופציג, איך טויש מיך איצט.
Maybe hashem trusts you, not me
נשלח ב-12/6/2006 22:02
איך האלט נישט ווי דיר, לדעתי קען מען זיך יא טוישען ביי די פופציג אפילו ביי די זיבעציג, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט.
מער דארף זיך אבער טוישען
נשלח ב-13/6/2006 01:57
איך זאג נישט אז מען קען זיך נישט טוישן, איך זאג נאר אז איך בין נישט דער באשעפער און איך דארף נישט גלייבן אז מהאט זיך געטוישט. ספעציעל אז עס איז נישט דא קיין שום אנדייטונג אויף א פנימיות'דיגער שינוי, פארקערט עס איז נאך אלס פארהאן אסאך פון די אלטע שוואכקייטן, אויף וויפיל עס איז שייך ווען מען שפילט רבי, וד"ל