בית פורומים כל העולם כולו

דינסטאג שלח: הירונג פון אפעלאט געריכט.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/6/2006 19:05 לינק ישיר 
דינסטאג שלח: הירונג פון אפעלאט געריכט.

די קומעדיגע וואך דינסטאג שלח דער 20 סטער פון june גייט פארקומען אין אפעלאט געריכט די הירונג איבער די געריכט פונעם סאטמאר קעיס.

די הירונג פאנגט זיך אן 3 אזייגער נאכמיטאג.

ביטע דא לייגן אלעס איבער דעם ענין.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2006 04:11 לינק ישיר 

איך אנטשולדיג זיך פאר יעדן וואס איך האב באליידיגט, אריינגערעכנט In Time. אבער איך האלט אז מען דארף זיך צוריקהאלטן פון שרייבן אזעלכע וויצן אינמיטן אן ערנסטן אשכול. עס מאכט אז מענטשן זאלן נישט גלייבן אפילו די אמת וואס ס'שטייט דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2006 22:42 לינק ישיר 

פרישע נייעס בנוגע די הירינג, זאל מען דא לייגן.

מיט דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2006 23:08 לינק ישיר 

די הירינג האט זיך יעצט געענדיגט

פרטים יבואו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2006 23:12 לינק ישיר 

פאר די זאליס האט גערעדט "סקאט מאללען", ער האט גערעדט ערשט, וויבאלד ער איז דער עפעלענט.

פאר די אהרונים האט גערעדט "קעווין פלאנקעט".

פון מיינע ערשטע באריכטן, האבן ביידע לויערס האבן אראפגעלייגט א גוטן דשאב, די דשאדשעס האבן מער אריינגעהאקט אין מאללען, ווי פלאנקעט.

איך וועל האב נאך פרטים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2006 23:16 לינק ישיר 

וואס קען עס מיינען אז די דזשאדזשעס האבן מער אריינגעהאקט ביי סקאט מאלן?
ביטע אפדעיטן אביסל שנעלער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2006 23:21 לינק ישיר 

עס מיינט ZERO, נאר אזוי ווי דער עולם איז הונגעריק פאר נייעס, ברענג וואס איך האב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2006 23:23 לינק ישיר 

מקוה_איד, אויב עס מיינט ZERO, אפשר פארציילסטו אונז וואספארא קאלאר נעקטייס די לויערס האבן געהאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2006 23:55 לינק ישיר 

קען איינער ברענגען די מינוטס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 00:11 לינק ישיר 

די תוכן פון די ארגומענטן זענען געווען בערך, צו דער רבי האט א רעכט בכלל ארויסציווארפן א פרעזידענט, פלאנקעט איז אגאנצען צייט געווען ביזי מיט די שטאטוטן, אויך האט מען ארומגערעדט צו דער רבי האט בכלל און פאקט ארויסגעווארפן בערל פר"מ. די דשאדשעס האבן פארגעהאלטן מאללען איבער די סתירה'דיגע דעיטס ווען דער רבי האט ארויסגעווארפן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 00:20 לינק ישיר 

Just spoke to someone who was there. The justice who asked almost all of the questions was Spolzino and he reportedly was VERY tough with mollen



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2006 00:57 לינק ישיר 

איך הער אז פון סאטמאר'ס זייט האבן אויפגעטרעטן דריי לויער'ס?     קען עס איינער זיכער מאכן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 00:58 לינק ישיר 

Just got by email: The Clerk of the Court said that between 30 and 45 days will come out the Ruling!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 19:06 לינק ישיר 

קרישקעלעך פון קארט:

בערך די פאלגענדע זאכן האט מאללען ארויסגעבערענגט:

די רבי איז דער ענדגילטיגער בעה"ב,
קהל האט אן אייגענע בי"ד נאך פון די צייטן פון רבינו יואל,
די שטאטון זענען געבויט אויף תורה אין הלכה ממילא קען א קארט נישט אריינרעדן,
יאסי בראך האט אליינס געזאגט ביי באראש אז די רבי מעג ארויס ווארפן איינער וואס איז א ציוני,
בערל פר"מ איז א ערגער ווי א ציוני ווייל ער איז געגאנגען אין א סעקיולער קארט,
די הוקופ פון פלארידע איז אטענטיש ווייל משה פר"מ, דער גבאי פון 25 יאר, האט אזוי עדות געזאגט,
די אהרונים זענען חיות ווייל זיי האבן געברענגט באונסערס שמחת תורה,
אויך ווייל זיי האבן געהאט די העזה צו פארלאנגען פון קארט אז ער טאר נישט רעפרעזענטירן "קהל יטב לב".

דשאדש ספאלזשינא האט געמאכט דעם טויט מיט מאללען, מיט די פאלגענדע טעמעס:

ער האט איהם פארגעהאלטן וועגן די סתירה'דיגע דעיטס, ווען דער רבי האט קלאמפערשט ארויסגעווארפן בערל פר"מ,
לו יצויר אויב מ'ווייזט אויף שווארץ אויף ווייס אז דער הוקופ פון פלארידע איז פאלש, צו ער האט נאך א קעיס.

דשאדש שמיט האט אויך נישט צו שטארק געשוינט מאללען

פלאנקעט איז געווען זייער גוט צוגעגרייט, אויף אלעם האט ער געהאט א קלארן ענטפער גרייט, ער האט געהאלטן אין איין האמערן BY LAWS, BY LAWS, BY LAWS, אין מיטן האט ער זיך געוויצלט, און זיך אנטשולדיגט צום דשאדש אז ער דארף נאכאמאל רעדן וועגן די זעלבע BY LAWS,

ער האט אפגעשלאגן די "קא פרעזידענט" טענה, מיט קלארע דאקומענטן אונטערגעשריבן פון שענפעלד, אז די בארד האט אויפגענומען בערל פאר פרעזידענט,
אויך האט ער ציניש געמאכט די טענה אז בערל פר"מ איז א SINNER ווייל ער גייט אין קארט, ווייל לויט די זאליס האט מען עקספעלט בערל פר"מ כמעט א יאר איידער די קארט האט זיך אנגעהויבן.
אויך האט ער נאכאמאל ארויפגעבערנגט די "נחמן בראך" קעיס ווי דעמאלטס האט קהל געטענה'ט אז דער רבי איז אן "עמפלויאי"
די אהרונים האבן אראפגעברענגט אן עקספערט וואס איז באהאווענט אין דידס און עטורני דשענעראל, און דער עקספערט האט גערעדט 5 מינוט, און ארויסגעברענגט אז די טרענספער פון די ביה"ח האט נישט אויסגעפעלט קיין עטורני דשענערעל עפראוועל, ווייל עס איז אין פראקטיק געבליבן אונטער די זעלבע בעלי בתים, מ'האט נישט געטוישט קיין דאלאר צווישן די פארטיס

מ'האט אויך ארום גערעדט וועגן די בריוו פון שאול פ"ש, וואס האט צוגעברענגט די גאנצע קעיס ביי ראזענוואסער, די זאלי לויער האט געזאגט אז עס איז פאלש, די אהרונים לויער האבן געטענה'ט אז די זאליס האבן געדינגען "מעני מענגועל".

צום שלוס, מיין מיינונג:
עס איז קיין ספק אז "פלאנקעט" האט אראפ געלייגט א מעסטערפול דשאב, קלאר בעסער ווי מאללען, איך מיין דאס איז די ערשטע מאל דורכאויס די גאנצע קארט, וואס אונזער לויער האט קלאר באזיגט מאללען, ער האט קיינמאל נישט געשטאמפעלרט, די דשאדשס סאך ווייניגער אריינגעהאקט ווען ער האט גערעדט, און ווען יא, האט ער גראד געהאט א קלארע תשובה.
 אויב די פסק וועט זיך ווענדן אין די נעכטיגע הירינג האב איך נישט קיין ספק אז די אהרונים זענען געווינערס, אבער די מציאות איז אז היסטאריע האט אלס געוויזן אז מ'קען גארנישט ארויס נעמען פון א הירינג.

כעל מודה זיין, מיין אפטימיזם אז די אהרונים גייען געווינען איז אביסל ארויף, אבער איך וועל נאך אלס זיין סורפרייזד אויב די אהרונים געווינען, ווען איך זאג "געווינען", מיין איך צו זאגן אז די אהרונים קענען בפועל דעם פאלגענד טאג פונעם פסק אריינמארשירן אין ביהמ"ד החדש אויף ראסס סט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 19:38 לינק ישיר 

נו יארק סאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 19:41 לינק ישיר 

און וואס עט זיין מיט מיין ביהמ"ד אויף ראס סטריט...?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דינסטאג שלח: הירונג פון אפעלאט געריכט.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext