קרישקעלעך פון קארט:
בערך די פאלגענדע זאכן האט מאללען ארויסגעבערענגט:
די רבי איז דער ענדגילטיגער בעה"ב, קהל האט אן אייגענע בי"ד נאך פון די צייטן פון רבינו יואל, די שטאטון זענען געבויט אויף תורה אין הלכה ממילא קען א קארט נישט אריינרעדן, יאסי בראך האט אליינס געזאגט ביי באראש אז די רבי מעג ארויס ווארפן איינער וואס איז א ציוני, בערל פר"מ איז א ערגער ווי א ציוני ווייל ער איז געגאנגען אין א סעקיולער קארט, די הוקופ פון פלארידע איז אטענטיש ווייל משה פר"מ, דער גבאי פון 25 יאר, האט אזוי עדות געזאגט, די אהרונים זענען חיות ווייל זיי האבן געברענגט באונסערס שמחת תורה, אויך ווייל זיי האבן געהאט די העזה צו פארלאנגען פון קארט אז ער טאר נישט רעפרעזענטירן "קהל יטב לב".
דשאדש ספאלזשינא האט געמאכט דעם טויט מיט מאללען, מיט די פאלגענדע טעמעס:
ער האט איהם פארגעהאלטן וועגן די סתירה'דיגע דעיטס, ווען דער רבי האט קלאמפערשט ארויסגעווארפן בערל פר"מ, לו יצויר אויב מ'ווייזט אויף שווארץ אויף ווייס אז דער הוקופ פון פלארידע איז פאלש, צו ער האט נאך א קעיס.
דשאדש שמיט האט אויך נישט צו שטארק געשוינט מאללען
פלאנקעט איז געווען זייער גוט צוגעגרייט, אויף אלעם האט ער געהאט א קלארן ענטפער גרייט, ער האט געהאלטן אין איין האמערן BY LAWS, BY LAWS, BY LAWS, אין מיטן האט ער זיך געוויצלט, און זיך אנטשולדיגט צום דשאדש אז ער דארף נאכאמאל רעדן וועגן די זעלבע BY LAWS,
ער האט אפגעשלאגן די "קא פרעזידענט" טענה, מיט קלארע דאקומענטן אונטערגעשריבן פון שענפעלד, אז די בארד האט אויפגענומען בערל פאר פרעזידענט, אויך האט ער ציניש געמאכט די טענה אז בערל פר"מ איז א SINNER ווייל ער גייט אין קארט, ווייל לויט די זאליס האט מען עקספעלט בערל פר"מ כמעט א יאר איידער די קארט האט זיך אנגעהויבן. אויך האט ער נאכאמאל ארויפגעבערנגט די "נחמן בראך" קעיס ווי דעמאלטס האט קהל געטענה'ט אז דער רבי איז אן "עמפלויאי" די אהרונים האבן אראפגעברענגט אן עקספערט וואס איז באהאווענט אין דידס און עטורני דשענעראל, און דער עקספערט האט גערעדט 5 מינוט, און ארויסגעברענגט אז די טרענספער פון די ביה"ח האט נישט אויסגעפעלט קיין עטורני דשענערעל עפראוועל, ווייל עס איז אין פראקטיק געבליבן אונטער די זעלבע בעלי בתים, מ'האט נישט געטוישט קיין דאלאר צווישן די פארטיס
מ'האט אויך ארום גערעדט וועגן די בריוו פון שאול פ"ש, וואס האט צוגעברענגט די גאנצע קעיס ביי ראזענוואסער, די זאלי לויער האט געזאגט אז עס איז פאלש, די אהרונים לויער האבן געטענה'ט אז די זאליס האבן געדינגען "מעני מענגועל".
צום שלוס, מיין מיינונג: עס איז קיין ספק אז "פלאנקעט" האט אראפ געלייגט א מעסטערפול דשאב, קלאר בעסער ווי מאללען, איך מיין דאס איז די ערשטע מאל דורכאויס די גאנצע קארט, וואס אונזער לויער האט קלאר באזיגט מאללען, ער האט קיינמאל נישט געשטאמפעלרט, די דשאדשס סאך ווייניגער אריינגעהאקט ווען ער האט גערעדט, און ווען יא, האט ער גראד געהאט א קלארע תשובה. אויב די פסק וועט זיך ווענדן אין די נעכטיגע הירינג האב איך נישט קיין ספק אז די אהרונים זענען געווינערס, אבער די מציאות איז אז היסטאריע האט אלס געוויזן אז מ'קען גארנישט ארויס נעמען פון א הירינג.
כעל מודה זיין, מיין אפטימיזם אז די אהרונים גייען געווינען איז אביסל ארויף, אבער איך וועל נאך אלס זיין סורפרייזד אויב די אהרונים געווינען, ווען איך זאג "געווינען", מיין איך צו זאגן אז די אהרונים קענען בפועל דעם פאלגענד טאג פונעם פסק אריינמארשירן אין ביהמ"ד החדש אויף ראסס סט.
 |
|
|