| נשלח ב-15/6/2006 19:59 |
|
| |
בלאט נעמט צד אין טאש מחלוקה
ס'איז מיר א פלא גדול וואס דער בלאט האט באשלאסן צו נעמען א צד אין די מחלוקה אין טאש, און אריין געלייגט מודעות פון איצל שייגעץ און פון בית הוראה דקהל אור החיים טאש, אני לשעצמי האב בכלל נישט קיין מיינונג אין דעם סכסוך, און עס אינטרעסירט מיך גאנץ קנאפ ווער עס געווינט דארט, אבער עם כל זה האב איך געליינט דא אויפן נעט די טענות פון די צדדים, אבער בעיקר האב איך געליינט דעם לאהען'ס ענפער, וואס זעט אויס צו זיין בדברים של טעם, ער שרייבט קלאר אז ער איז מוכן צו גיין צו דין תורה, אבער ער דארף וויסן מיט וועם ער גייט, זיינע טענות זענען זייער קאנווינצינג,
יעצט אלץ אזעלעכע וואס האבן ליידער אסאך געליטן פון אזעלעכע מודעות פון אזוי גערופענע בית דין'ס פון א קהלה, וואס האבן זיכער געהאט נגיעות, ובפרט א סירוב פון דעם שייגץ איצל גליק, וואס מיר האבן אלע געזען וואס פאר א שפל ונבזה ער איז, ובעד בצע כסף וכבוד וועט ער שרייבן כל מה שלבו חפץ, על כן בין איך זייער איבעראשט צו זעהן דער בלאט צו נעמען א שטעלונג אין א אינערליכע מחלוקה, וואס עס קען גאנץ לייכט זיין אז לאהען איז גאר גערעכט, אז די רבנים פון התאחדות הרבנים האבן נישט געזען פאר וויכטיג אינטער צושרייבן דעם כתב סירוב, און נאר אצל שייגעץ האט דאב אינטער געשריבן, ווייזסט שוין אז עפעס איז נישט גלאטיג,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 22:27 |
|
| |
לכבוד מר. איך הער
איך הער דיין טענה, אויב איז די גאנצע טענה אז דער בלאט גיט כח פון 'התאחדות הרבנים שעל ידי
איצא גליק' מיט פארענטפערטליכן זיין 'כתב סירוב' האסטו א גוטע טענה, און מעגליך אז דער בלאט
האט נישט געדארפט אריינלייגן דעם כתב סירוב נאר דעם צעטל פון 'בית הוראה פון טאהש'
מיר דאכט זיך אז מען רעדט פון עצם אריינלייגן 'פאשקעוועילן' און פיל מער פון דעם, און לויט
מיין מיינונג און דאס איז דער קען פון אשכול איז די "אישו" אז דער בלאט נעמט א שטעלונג אין די
מחלוקה און בכלל סייוואספארא מחלוקה, און אויף דעם שרייבט, און דאס נעמט מיר צוריק צו אונזער
טייערער ר' יענקעלע דער עלעפטער
מיסטער יענקעלע
לאמיר איינטיילן דעם דיון אין דריי
1-דער בלאט נעמט א שטעלונט אין א מחלוקה
2-וואס איז די פאקטן ארום די דין תורה אין טאהש
3- דער פארגלייך פון טאהש צו סאטמאר
על ראשון ראשון, לויט מיין מיינונג און לויט מיינע ידיעות רעדט מען דא פון א יחיד - אדער
עטליכע יחידים, - וואס האלט אז ער איז בעל הבית אין טאהש, על כל פנים מער בעל הבית ווי ר'
מיילך טאהשער, און דער בלאט האט גענומען א שטעלונג מיטן אריינלייגן דעם כתב סירוב מיט די צעטל
פון טאהש בית הוראה
מיין מיינונג איז אבער, ווי איך האב פריער מסביר געווען אז ווען א יחיד דערקלערט זיך בעל הבית
אויף א קהלה קעגן לאגיק, קעגן יושר, ועל כולם ובעיקר נגד הלכה האלט איך אז דער בלאט מעג און
אדרבה דארף נעמען א שטעלונג מיטן דעקן די קהלה און נישט דער יחיד, און נאכמער אפילו דער קהלה
איז א שונא פאר סאטמאר ווצב"ש בעלזא, קלויזענבורג, און עס איז דא א יחיד וואס מאכט דארט
פרייליך - פרייליך פאר די סאטמארע וואס האלטן מיט - טאר נישט דער בלאט דעקן דעם יחיד, בלויז
מיטן כלל פון מדין ומואב עשו שלום זיך צו קריגן מיט די אידן, ווייל חוץ וואס עס איז
היפאקריטיש און פארפירעריש קומט דאס אייביג צוריק ווען עס געשעהט ביי זיך אליין, אז מען קען
אנווייזן, וויאזוי מען האט געשריבן אזוי שטארק לטובת היחיד, נאר העכסטענס ביי א שונא מוז מען
נישט דעקן דעם שונא, נאר מען פילט זיך אן א מויל מיט וואסער, אבער ווען דער אנדערע קהלה איז
נייטראל אדער האט גאר א שייכות איז קלאר אז מען דארף טאן וואס מען דארף טאן על פי יושר, הלכה
צו דעקן די קהלה
יעצט די צווייטע חלק, וואס איז מיט דין תורה
יענקעלע עס זעהט אויס אז דו קענסט זיך ווייניג אויס מיט דין תורה, איך וואלט דיר פארגעשלאגן
אז די זאלסט ליינען "נאר" די קושטא קאי', וועסטו אויך קענען ליינען וואס שטייט נישט דארט,
דהיינו, ער איז ביזי כסדר אז טאהשע רבי האט אויפגענומען פאר דרייסיג יאר, און מיר ליינער דארף
מיינען אז טאהשער רבי איז אין סיביר דערזינט און נישט געזאגט און געטאן אנדערש,
און אגב ביטע נישט פארשעמען הרב זלמן גראוז מיטן שרייבן אזא נארישע קונטרס, א בר בי רב דחד
יומא - מיט א בר אילן דיסק - קען ארויסגעבן פיל בעסער פון דעם, און דאס וואס דו שרייבסט אז
דעם 'שרייעדיגע שטילקייט' פון הרב גראוז מיינט גארנישט, פארשטיי איך נישט, וואס דו פארשטייסט
נישט, פארשטייסטו נישט אז דער מר. לאווען וואלט פאר אלע געלטער ווען געוואלט א צעטל פון הרב
גראוז אדער פון סיי וועם וואס זאל זאגן אני הדיין ח"מ זאגט קלאר אז ישראל בנימין לאווען וויל
גיין צו דין תורה נאר די טאהשע שלעפען ארום, דו האסט אין דעם א ספק צו ער וויל אזא צעטל, אדער
פארשטייסטו נישט אז ווען הרב גראוז האלט אזוי וואלט ער געגעבן אזא צעטל,
צוריק צום ענין, ווי געשריבן פריער פארשטייט יעדער אז מר. לאווען פארדינט ווען עס וועט
אנקומען אין קאורט, און טאהש וועט פארדינען אז עס וועט אנקומען צו דין תורה, נאכמער און דאס
דארפסטו גוט נעמען אין קאפ, אז פאר טאהש לוינט פיל מער אז עס זאל "יא" זיין ביי דין תורה, ווי
איידער עס זאל "נישט" ביי דין תורה און 'נישט' אין קאורט נאר בלייבן הענגן אין די לופט, ווייל
א יעדער בית דין וועט ארויסגעבן א פסק דין זמני
נאכמער אז דו ליינסט די בריוון וועסטו זעהן, אז מר. לאווען איז ביזי מיט אלעם נאר נישט ווער
זיין בורר איז און ווען ער וויל גיין צו דין תורה
ווייל פאקטיש גערעכט ווען ער וויל ווען גייט צו דין תורה - ווען עס לוינט ווען אים - קומט ער
ווען -אפילו צו התאחדות - און "דארט" פרעגט ער זיינע קשיות, דהיינו ווער איז דער תובע, ווער
איז מורשה, ווי איז די כתב הרשאה, און "דארט" זאל אים טאהש נישט ענטפערן, ווען ער האלט ווען
און ווען ער האט ווען אזא קלער, וואלט ער עס אוודאי געטאן, און נאכדעם וואלט ער געקענט
שרייען, קוק, איך בין גרייט נאר טאהש וויל נישט קומען, טאהש קען נישט ווייזן קיין צעטל
און איך וועל דיר ברענגן א דוגמה ביי די הויז אין קרית יואל וואס איז האב פריער דערמאנט האט
משה גבאי און ליפא טייטלבוים גערופן קהל יטב לב קרית יואל צו דין תורה אז מען האט
אוועקגענומען די הויז פון רבין זצ"ל און עס איבערגעשריבן צו קהל'ס נאמען - וואס אגב, זעהט מען
פון דעם אז זיי פארשטייען אויף אז קאנג סיגוט איז געווען דעם רבין זצ"ל פארמעגן און קהל יטב
לב געהערט פאר קהל - איז אנגעקומען ר' דוד עקשטיין מיט א טוען און געזאגט פאר בי"ד פאר מען
גייט צו דין תורה, צו מען וויל זבל"א אדער אנדערע זאכן, ווער איז דער תובע, אויב וואס בי"ד
האט געזאגט וואס הייסט דער רבי זצ"ל, האט דער טוען צוריק געזאגט און ווי איז די הרשאה, האט
בי"ד געפרעגט משה/ליפא ווי האט איר דעם צעטל, האט משה/ליפא זיך גענומען מאכן קולות, שקצים
מחוצפים, וואס הייסט הרשאה דער רבי רופט און איר האט די חוצפה צו בעטן צעטלך פון רבי'ן אויף
וואס דער טוען האט צוריק געזאגט, יא, קהל קען זיין האט טענות נגדיות צום רבין נכסים און אן א
כח הרשאה קען מען נישט גיין ווייטער, אויף וואס בי"ד האט געזאגט אז אן א כתב הרשאה קען מען
נישט גיין ווייטער, און אוודאי האט משה נישט געברענגט קיין צעטל
אבער דאס איז האתינח ווען מען וויל גיין צו דין תורה, גייט מען צום בית דין און מען שפילט
אויס דעם געים, וואס איז אבער ווען מען וויל "נישט" גיין צו דין תורה, דעמאלטס שרייבט מען אלע
צעטליך אין די גאס אז כאילו מען וויל גייט צו דין תורה
למעשה, פאר די גייסט ווייטער ביטע לערן אדורך די סוגיא וועסטו זעהן אז "בטעות" האלט איך, און
דו וועסט מן הסתם נאכן וויסן די פאקטן אויף האלטן אין דעם ענין פון טאהש פונקט ווי דער רויבער
איצא גליק
יעצט צוריק צום ענין פון סאטמאר ווערסעס טאהש, וואס וואלט ווען געווען...
יענקעלע דארפט וויסן אז אין טאש איז אויף איין זייט
טאהשע רבי שליטא
ר' מייילך טאהשער - ער האט נישט קיין ברודער'ס
טאהשע גבאי - משה ראטמאן
נייע ערוועלטע קהל דורך דעם רבין - לפי ידיעתי איז נישטא קיין שטאטוטן דארט,
א קלארע מערהייט פארוואס דער רבי וועט הייסן
פון די צווייטע זייט
ישראל בנימין לאווען
עטליכע יחידים וואס האבן געארבעט און ארבעטן פאר זיין קאמפאני
נאך יחידים קלאר אין די מינדערהייט און דוקא א קליינע מידנערהיים וואס גלייכן נישט צו שטארק
מיילך טאהשער
איז וואס האלטסו איז דא אפילו א פארמעסט??????????..
יעצט צו סאטמאר
מען קען פרעגן
ווואס וואלט ווען געווען ווען עס וואלט נישט געווען קיין שטאטוטן אין סאטמאר
וואס וואלט ווען געווען ווען משה גבאי הייבט אן זיין מערכה ווען רבינו זצ"ל איז געזונט און שטארק
וואס וואלט געווען ווען רבינו זצ"ל רופט אריין ר' בערל פריעדמאן ושותפיו און ער הייסט זיין
רעזיגנירן - נישט אלץ בעל הבית אין די קהלה, נאר אלץ זייער רבי וואס ווילן פאלגן וואס ער הייסט
וואס וועל ווען געווען ווען רבינו שליט"א זאגט ווען אויף די קהל אין בית המדרש
וואס וואלט ווען געווען ווען משה פריעדמאן/ליפא/זלמן טייטלבוים גיען צו דין תוהה בחיים פון
רבינו זצ"ל
וואס וואלט ווען געווען ווען אהרן וועלץ וואלט געווען א זאלי
וואס וואלט ווען געווען ווען מאיר הירש וואלט געווען א זאלי
וואס וואלט ווען געווען ווען משה חיים ווייס וואלט געווען א זאלי
וואס וואלט ווען געווןע ווען מרדכי קאהן וואלט געווען בעל הבית אין מאנטריאל
יענקעלע די פאקט בלייבט אז איז סאטמאר
איז דא שטאטון
רבינו בעל ויואל משה זי"ע האט געהאלטן אז עס האט א כח
רבינו בעל ברך משה זצ" האט געהאלטן אז קהל האט א כח פון א בית דין
רבינו בעל ברך משה האט אויפגענומען רבינו שליט"א אלץ רב הצעיר
רבינו זצ"ל האט נישט געהייסן רעזיגנירן און נישט געהייסן קהל זיך אפזאגן פון קהל
משה און ר' זלמן און ליפא האבן נישט געהאט קיין שכל - זיי האבן געהאלטן אז זיי גייען געווינען
מער אנדעם - צו גיין צו דין תרה
ר' אהרן וועלץ, ר' מאיר הירש, ר' משה חיים ווייס זענען סאטמארע חסידים,
אבער בעיקר יענקעלע דארפסט געדענקן אז נישט אויב א געוויסע מציאות וואס דאכט זיך אז אפשר
וואלט עס ווען געקענט זיין אין סאטמאר און דארט וואלט זיך דיר ווען געגלוסט אנדערש טוישט דאס
די פאקטן אדער די הלכה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 22:30 |
|
| |
פאקטיש האב איך שוין לאנג געשריבן אז ווען די אהרונים גייען ווען צו דין תורה, וואלטן זיי אסך בעסער געשטאנען, סיי אין הנהגה סיי אין נכסים.
איך הייב אן טראכטן אז די בלאט האט דאס דירעקט אריינגעשטעלט צו איבערצייגן די מאסן די השפעה פון איצא.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 22:31 |
|
| |
יענקעלע
העיקר שכחתי
דער מציאות אין טאהש איז אז אין קאורט שטייט לאווען גוט, און צו דין תורה האלט לאווען נישט
ביים קומען - פארוואס זאג דו אליין - וואס שלאגסטו זיי פאר,
זאלן זיי נישט פרובירן זייערע לעצטע ברירות, כתב סירוב און ארויסרודפן די מחוצפים???
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 22:42 |
|
| |
מלוה מלכה וכל הזאלי אונטער כל הניקים, שלום וברכה
איך ווייס נישט אויב דו ווייסט, אבער עס איז איינגעפירט - אין אמעריקא זיכער - אז צו גיין
קענען האבן א דין תורה דארף מען האבן 3 זאכן, 1 - א תובע וואס זאל רופן, 2- א בי"ד וואס זאל
גרייט זיין צו שיקן אן הזמנה, 3- און עס פעלט זיך אויך אויס אז דער נתבע זאל גרייט זיין צו קומען
איז יעצט מר. מלוה מלכה בנשיאות הנואם המדות, וואס האסטו געזאגט???????????
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 04:27 |
|
| |
האט ווען דער לאווין כאטש עפעס א רב און וואס זיך אנצוהענגען, און ער זאגט ר' מילך טאהשער וויל איך נישט , אבער פלוני שליט"א, אים וויל איך, פאר אים פייט איך, אים האט דער רבי געוואלט, וכד', קען מען נאך פארשטיין, און טאמער דער בלאט וועט דעמאלס אריינלייגען אזא אנאנס האט ער גענומען א זייט, אבער יעצט זעהן מיר זיי אויס פונקט ווי אפאר אפגעריסענע בני יואל, זיי האבן נישט קיין רב פאר וועם צו פייטען, זיי זאגען סתם, איך וויל זיין בעה"ב, דאס מיינט אז זיי פייטען קעגן די גאנצע קהלה.
תוקן על ידי - in_time - 19/06/2006 4:29:35
|
|
|
|
|