דער אידישער וויקיפעדיע איז אונטער א זאלונישע אטאקע
[באקומען אין אישית פון הרוצה בעילום שמו]
אין די לעצטע 2 טאג זענען מיר אונטער אן אטאקע פון באנוצער:קאצקער באנוצער:שמאלץ
באנוצער:מענטשעלע און באנוצער:העולם און זייערע/זיינע איי.פי. אדרעסע.
די נעמען זענען אפענע זאליס, און דאס איז נישט קיין עבירה, קען גאר זיין אז עס איז א מצווה,
אבער זיי האבן זיך גענומען שרייבן האלבעטע אמת און מעקן אמת'ן אן מקורות, צו קענען פארשעמען
די ארונים און בויען די כבוד פון זייער פארטיי, דאס איז שוין אן עבירה פון וואנדאליזן
וויקיפעדיע פאר אייגענע אינטערעסן.
סאיז מיר זייער שווער זיי צו באקעמפן טריט און שריט ווייל פון זייערע מעקערייען קוקט אויס אז
זיי ווייסן וואס צו באהאלטן און זענען גוט אויסגעקאכט אין אלע דיטעילס, איז בעט איך יעדער
רעכטדעקיגער אומפארטייאישע אדער ארוניש באנוצער צו זיין וואַך און נאכקוקען זייער היסטארי וואס
זיי האבן אלס זיך באטייליגט אין וויקיפעדיע זעהן וואס זיי האבן געשריבן אדער געמעקט וואס קען
פאראכטן ווערן סזאל נישט זיין אזוי פארטייאיש. ייש"כ.
די ארטיקלן וואס איז נייטיג אויפצופאסן אין דעם פראבלעם. איז:
אהרן טייטלבוים
ארונים
משה טייטלבוים
משה גבאי
זאליס
זלמן לייב טייטלבוים
אדאנק
 |
|
|