ענדליך... אומזינסטע ישיבה גדולה בירושלים
ענדליך...
ענדליך...
זאגן אלע
א אומזינסטע ישיבה גדולה שטעלט אויף דעם קומענדיגען זמן ר' חיים הערש אין
ירושלים.
די כתה וואס דארף ארויף גיין דעם קומענדיגען זמן צו די ישיבה גדולה אין ירושלים באשטייט היינט
פון בלויז 19 בחורים, און בלויז 4 דערפון האבן זיך געמאלדן אז
זיי גייען אריין דעם קומענדיגן זמן אין ישיבה גדולה.
די ישיבה גדולה שטייט אין א שרעקליכען שפל המצב, עס האט א שרעקליכע מיאוס'ע נאמען, עס איז א
בושה און א חרפה פאר סאטמאר צו האבן אזא ישיבה גדולה, גאנץ ירושלים שטינקט כסדר ארום פון די
מעשים תעתועים פון די בחורים, חוץ דעם וואס עס איז שרעקליך מיאוס אין אלע עניני רוחניות, האט
נאך ר' חיים הערש געלייגט זיין ווילן אז די ישיבה בחורים זאלן זיין זיינע טעראריסטן, און
אפטאן זיינע טעראר וואס ער דארף, יעדן צוויייטן טאג הערט מען אז מען האט דעם באייערט, און
יענעם צובראכן די ביינער, א שטאל פון חיות איז עס געווארן.
יעצט צאלט ער פאר דעם א ביטערע פרייז, עס קוקט אויס אז די ישיבה גדולה שפארט זיך אפ אויפען
קומענדיגן זמן, און עס וועט זיין די ערשטע מאל וואס סאטמאר וועט נישט האבן קיין ישיבה אין
ירושלים (אדאנק ר' חיים הערש), האט ר' חיים הערש מיט זיינע יועצים אויפגעקומען מיט א פלאן, עס
ערהאלט צוויי עצות.
1 מען גייט נישט רעכענען קיין שכר לימוד פאר די בחורים וואס קומען אריין
נעקסטן זמן, מען וועט זיך ארויף זעצן אויף יעדע טאטע עקסטער, און עס וועלן זיין אפאר משולחים
וואס אז מען דארף גארנשיט באצאלען וועלן זיי באשטיין מקריב צו זיין זייער זון אלס אן הקרבה.
2 ]מען גייט עפענען א דאמעטארי און מען וועט זיין א מאסף לכל המחנות, מען וועט
שלעפען בחורים פון אמעריקא אויסלאנד פון ווי אימער מען קען נאר, און דארט איז אויך דא גענוג
שלעפערס וואס וועלן מקריב זיין זייער זון פאר אומזינסטע שכר לימוד.
א געוואלדיגער אויפטו פון ר' חיים הערש...
תוקן על ידי - כל_העולם - 16/06/2006 21:32:49
 |
|
|