פירוש המילות
קודם א מעשה שהי' דעם פארגאנגענעם שבת.
איין טיש אוועק פון וואנעט איך בין געזיצן אין שול שבת ביינאכט ביים דאווענען , האב איך פונקט באמערקט ווי איינער, - וואס דער איינער האט שוין חתונה געמאכט מער ווי איין קינד - איז היבש צופלאמט ביי דעם שטיקל פון מזמור לדוד הבו לד' וכו'.
אבער דער קלימאקס איז געווען ווען ער האט התלהבותדיג געדרייט ביי די ווערטער "ויחשוף יערות ובהיכלו כולו אומר כבוד", מיטן פולן ברען, . האב איך אזוי געטראכט צי איז מעגליך אז יענער זאל זיך אזוי צופלאמען און דאך אינגאנצן נישט וויסן די טייטש פון די ווערטער, אדער איז דאס נישט מעגליך, ער איז דאך שוין פון די בן ארבעים לבינה און אז ער צופלאמט זיך ווייסט ער ווען וואו און פארוואס.
פאר אינטערעסאנטקייט האב איך באשלאסן אז איך וועל מיך אננעמען מוט און נאכן דאווענען וועל איך - פאר עקספערימענט'ס סעיק - פשוט און פראסט צוגיין אים פרעגן.
נאכ'ן דאווענען האב איך אויסגעפירט דעם מחשבה'לע און צוגעגעגאנגען צו אים ווען ער איז פונקט נישט געשטאנען צו נאנט צו קיינעם און איידל געפרעגט - ווי גלייך איך וואלט אים פונקט אנגעטראפן די ערשטע צו פרעגן : איך ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס האב איך מיך געוואונדערט די טייטש ביים דאווענען פון די ווערטער "ויחשוף יערות", אפשר קענט איר מיר זאגן די פירוש המילות דערפון?
ער קוקט מיך אן, ער הייבט אן טראכטן , שאקלט דעם קאפ פון רעכטס אויף לינקס און צוריק, רייבט איידל דעם שטערן, אבער נאך א קנאפע מינוט האט זיך בלית ברירה ארויסגעשאקלט די פאלגענדע הודאה: איך געדענק נישט אויף די מינוט, עס איז מיר ארויסגעפלויגן פון קאפ.
פארשטייט זיך איך האב זיך געמאכט ווי גארנישט וואלט געווען און באלד געמאכט א שארפן בואי בשלום . איין זאך איז זיכער אז ער האט זיך אזוי פארשפארט נאך אפאר טייטש ווערטער וואס איך האב זיך געהאט אנגעגרייט ביי וועלכן ער האט זיך אויך היבש צופלאמט, ווי "בלתי בשמן רענן" (אדער "איש בער לא ידע וכסיל לא יבין"...)
דער ציל פון די מעשה איז ח"ו נישט אפצושפעטן פון איינער וואס צופלאמט זיך, נאר עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז אויסער וואס עס איז אידישלעך צו וויסן די פירוש המילות איז דאס פשוט שכל'דיג אז ווען מ'וויל אינזין האבן זאל מען וויסן וואס מען רעדט. פסוקים וואס א מענטש האט שוין געזאגט טויזנטער מאל אין לעבן איז נאר נארמאל און פארשטענדליך אז מען זאל וויסן און פארשטיין וואס מען זאגט, און כל שכן היינט ווען עס איז דא די פילע סארט סידורים מיט פירוש המילות אויף לשון הקודש, אידיש און - פאר ווער ס'וויל דוקא, - ענגליש.
נאכן באטראכטן יעדעס ווארט שווימט ארויף פילע ווערטער וואס מ'גיט אזא שווים אריבער און מ'האט קיין אהנונג וואס מ'האט יעצט געזאגט, געבעטן, אדער געלויבט.
אלזא דא קען יעדער אנפרעגן די ווערטער וואס מען ווייסט נאך נישט קיין פשט דערויף , און ווער עס ווייסט, וועט צולייגן א האנט צו ענטפערן.
תוקן על ידי - ALLLLWAYS - 18/06/2006 18:53:35
 |
|
|