דראמה: זאליס אינפארמאצע ביי די אהרונים!
אלע זאליס העכסטע סוד'ספולע אינפארמאציע
ביי די אהרונים אין דער האנט!!!
א דראמה שפילט זיך יעצט אין ווילי ווען די אהרונים האבן געלייגט א האנט אפען טעלעפאן און 3.0 פון איינע פון די העכסטע זאליס ש. דייטש, וואס איז דער אנפירער פון די קארט ביי די זאליס!!!
דייטש האט עס פארלוירען ביי א חתונה אין קאנטינענטאל פאר צוויי וואכן צוריק, אין דער רבוש"ע האט געהאלפן אז אן אהרוני האט עס געטראפן...
דייטש האט אריינגעקאלט צו זיי סעל, און יענער האט געפרעגט ווער איז דאס האט ער געזאגט ש. דייטש..., דייטש האט אים געזאגט אז ער זאל אים ווארטן ביי די מוזיק ווי ער ווארט אויף אים אז ער זאל עס ברענגען פאר אים, יענער האט געזאגט ווארט איך קום שוין..., דייטש ווארט נאך יעצט ביי די מוזיק אין קאנטינענטאל....
דייטש האט נישט געכאפט ביז א וואך שפעטער אז די אהרונים האבן עס, די אהרונים האבן דארט געטראפן א ריזיגער אוצר פון אינפארמאצע, אלע זיינע אימעלס פון באלד צוויי יאר, זיינע טעקס מעסיטעטש, און וואס נישט, אן אוצר וואס האט נישט איר גלייכן, דאס איז די גרעסטע וואונטש פון יעדעם איינעם וואס האלט אימיטען א מלחמה צו טרעפן אזא אוצר פון זיין שונא.
די אהרונים האבן דארט געטראפן אלע זאליס אימעליס פון זייערע לויערס, און סתם מענטשן, אלע זאליס קארט פלענער, אזוי אויך יעדע וואס טוט שייגץ שטיק מיט די ריכטערס, און אלע שייגץ קאנאקשענס צו די ריכטער וכו'אלע פאליטישענס וואס העלפן זיי ובפרט מיט זייערע שייגץ שטיק, און נאך אלעס איבער קארט וואס די זאליס האבן געטאן, און וואס זיי פלאנען צו טאן, יעדער איד און גוי וואס האט שייכות במחתרת מיט די קארט, און העלפט די זאליס און קיינער טאר ח"ו נישט וויסן דערפון וכו'.
ובפרט האט מען געטראפן פונקטליך די זאליס פלענער איבער די 4 אפעלאט ריכטערס, און מיט וועם זיי האבן געמאכט קאנעקשאנס, און מיט דעם וועם זיי ווילן מאכן און די פלענער. אויך פונקטליך די פלענער ווי אזוי אוועק צו שלעפן די קארט פון מאנרא קיין ברוקלין, און ווער עס וועט זיי העלפן מיט די שייגץ שטיק דערמיט.
אזוי אויך איבער אלעס פונקטליך איבער די קארט און ווער עס האט א חלק אין בארא פארק, מאנטיראל, בני ברק, אלע פלענער און יעדער וואס לייגט צו א יד.
פארשטייט זיך די אהרונים האבן ב"ה שוין רוב שייגץ פלענער אפגעשטעלט נאכדעם וואס מען האט מודיע געווען פאר די באטערפנדע שקצים אז מען ווייסט אלעס פונקליך אויף די האר, און מיט דאקעמענטס.
עס איז נישט דא די ווערטער צו שרייבן וואס דאס מיינט פאר די אהרונים, איין זאך קען מען קלאר זאגן אז עס איז איינע פון די גרעסטע געווינסן וואס די אהרונים האבן נאר אמאל געהאט.
די זאליס איבערהויפט די פירער און די קארט טיערס, זענען צו קלאפט און צוזעצט יעדער איינער וואס ער האט געהאט צו זאגן במחתרת און עס געשיקט פאר דייטש ווייסן יעצט די אהרונים, די זאליס שרייען יעצט אז דער דייטש זאל צוריק גיין אין פלאמינג אז ער האט אזאנס אנגעווערטשאפט.
תוקן על ידי - yones69 - 18/06/2006 22:15:15
 |
|
|