| נשלח ב-19/6/2006 19:13 |
|
| |
מחר יהי' האות הזה. / PREDICTIONS פסק.
רבותי.
קיין נייעס בין איך היינט קיינעם נישט געקומען פארציילן.
מארגן. דינסטאג שלח, איז דער גורל'דיגער טאג. ווען די ארגומענטן וועלן אויסגעהערט ווערן, און דער פסק וועט באשימט ווערן, וויפיל ריכטער עס האלטן אזוי אדער אזוי.
ע"כ איז נישט מער ווי רעכט, צו מאכן א שטיקל פרעדיקשאן, און אפשאצן וואס די ריכטער וועלן מעגליך באטראכט צו פסק'ן, און וויאזוי עס וועט אפעקטירן ווער עס זענען די לעגאלע ראשי הקהילה פון קהל יטב לב דסאטמאר. (עפ"י תורה איז דאך בערל קיינמאל נישט געווארן געווארפן. די שאלה איז עפ"י קאורט).
הקדמה קצרה. די ארונים קענען באמת נישט פארלירן. ווייל דאס געריכט קען נאר דן זיין, צו בערל איז ראש הקהל אדער נישט. יאנקעל כהנא קען נישט באשטימט ווערן. אויב די ארונים פארלירן, איז עס נאר, אז דאס געריכט וועט זאגן אז עס איז א רעליגיעזע אישו, און זיי טארן נישט אריינרעדן דערין - און אלעס בלייבט ווי היינט - (אננעמען פסק פון ריכטער באראש)
אלזא איז קלאר: די אישו פאר די ריכטער איז: צי בערל פרידמאן איז דער לעגאלער ראש הקהל.
זיי קענען פסק'ן ווי באראש אז זיי טארן זיך נישט מישן. אדער קענען זיי אפווארפן באראש. און דערנאך צולייגן די ארגומענטן פון ריכטער ראזענוואסער.
אבער אז יאנקעל כהנא זאל ווערן לעגאל פרעזידענט... פון דעם פארגעס.
***********************
פרעדיקשאן 1
באראש - דיסמיססד ראזענוואסער - אפהעלד (רעזולטאט. ארונים געווינען)
*********************** פרעדיקשאן 2
באראש - דיסמיססד ראזענוואסער - MOOT (אומנויטיג צו דיסיידען) (רעזולטאט. ארונים געווינען)
***********************
פרעדיקשאן 3
ראזענוואסער - אפהעלד באראש - MOOT (רעזולטאט. ארונים געווינען) ***********************
פרעדיקשאן 4
באראש - מאדיפייד (אראפ צום לאוער קאורט) ראזענוואסער - אפהעלד
(רעזולטאט. ארונים געווינען) ***********************
פרעדיקשאן 5
באראש - אפהעלד ראזענוואסער - מאדיפייד
(רעזולטאט. בלייבט ווייטער אין קאורט)
***********************
פרעדיקשאן 6
באראש - אפהעלד ראזענוואסער - דיסמיססד
(רעזולטאט. זאלונים געווינען) ***********************
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 19:25 |
|
| |
מיסטער דזשוליאני,
2 קשיות אויב איך מעג. וואס איז די חילוק פין 1 אין 2 ?
אין אויב נאמבער 6, דאן איז קעיס קלאוזד?
(אגב. האסט נישט געזאגט וועלכע נאמבער די פרעדיקסט..)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 19:26 |
|
| |
זשוליאני08 ביי די פאריגע אפעלט הירינג האט מען גארנישט געזעהן פאר וואס זאל מען מארגן יא עפעס זעהן? דער עולם ווערט געבעטן צו זאגן אסאך תהילים ווייל די פסק וועט לכורה זיין און די קומענדיגע וואכן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 19:41 |
|
| |
חיים נחום.
דער חילוק פון 1 ביז 2 איז אזוי: אויב וועלן זיי אראפווארפן באראש, איז עס א זיג פאר'ן געזעץ פון NY STATE. נאך אלעם, זענען אלע קארפארעישאנס אויף צרות אויב קען דער רבי טאן וואס ער וויל. פאר אונז איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא.
אגב. איך האלט אז מיר גייען אי"ה געווינען... וויאזוי: דאס לאז איך פאר'ן באשעפער
עכטע נייעס. מ'קען טאקע קיין סאך נישט זען דארט. ס'איז זייער שווער צו וויסן פון די שאלות וואס די ריכטער האלטן באמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 19:42 |
|
| |
וואס מיינט פרעדיקשן 6?, באראש אפהעלד אז וואס, אז עס בלייבט די סטאטוס קווא, דארף מען נאך אלס וויסן וואס איז די סטאטוס קווא.
דאס האט ראזענוואסער געפסקנט, אבער אז מ' ווארפט ארויס ראזענוואסער'ס פסק, איז דאך הדרא קושיא לדוכתי'.
נאך עפעס וואס איך פארשטיי נישט, מ' האט דאך אפילט באראש'ס פסק פאר ראזענוואסער איז אריין געקומען אין די פיקטשער, סא דארף דאך דא זיין 2 פסקים אויף 2 אפילס.
ילמדנו רבותינו
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 19:44 |
|
| |
קען עס זיין אזוי? באראש - מאדיפייד(אראפ צום לאוער קאורט)
ראזענוואסער - מאדיפייד(אראפ צום לאוער קאורט) (רעזולטאט. בלייבט ווייטער אין קאורט)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 19:46 |
|
| |
איין סאטמאר.
בארש האט געפסק'ט 1) אז דער רבי איז דער אויסשליסליכער באלעבאס. אויף גשמיות און רוחניות. 2) אז די עלעקשאן קעיס איז א רעליגיעזע אישו, און די קאורט טאר אין דעם נישט אריינרעדן.
איצט, אויב זיי באשטעטיגן באראש, מיינט עס אז דאס געריכט טאר נישט אריינרעדן אין דעם. נישט אויף יא און נישט אויף ניין.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 19:49 |
|
| |
עכטע נייעס.
ראזענוואסער מאדיפייד קען מיינען, אז זיי זאגן אז דער פסק פון ראזענוואסער איז נישט גוט. און מ'דארף עס צוריקשיקן אונטן, ווייל ראזענוואסער האט נישט געמאכט קיין TRIAL.
דעמאלטס קען זיך ווידער שלעפן אין קאורט, צי דער רבי האט יא געווארפן בערל פרידמאן אדער נישט. (מ'קען אבער דעם רב'ין מער נישט רופן...)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 19:51 |
|
| |
Is there such a thing in NY State law as "kol d'alim gvar"
???????
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 21:20 |
|
| |
זשוליאני, איך ווייס נישט פון וואנעט דו נעמסט די זיכערע פרעדיקשאנס אז מען גייט געווינען. לויט ווי איך ווייס האבן די זאליס צוויי פון די פיר ריכטער אין זייער קעשענע, און זיי דארפן נישט מער ווי איינעם פון די אנדערע צוויי צו באקומען א זיג.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 21:31 |
|
| |
איך ווייס מיינע קאלעגעס וועלן עס נישט גלייכן, אבער איך מיין אז איך האב גאנץ א גוטער טרעק-רעקארד מיט פרעדיקשנס,
די רעזאלטאט פונעם פסק גייט זיין, "שטאטוס קווא", דאס מיינט די זאליס וועלן בלייבן אין פול-קאנטראל פון אלע בנינים אין וויליאמסבורג, און דער ביה"ח גייט בלייבן בשותפות.
איך וועל זיין שאקט אין סורפרייזד אויב מיר געווינען עפעס בפועל ממשות'דיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 22:00 |
|
| |
מקוה איד, זיי מיר מסביר וואס דו שרייבסט, גייט דען דא זיין א נייער פסק?, די אהרונים האבן אפיעלט דעם פסק פון באראש, אוון די אפעלעט ריכטער גייען פסקענען, AFFIRMED אדער DENIED, די זעלבע האבן די זאלונים אפיעלט דעם פסק פון ראזענוואסער און אויף דעם גייען די ריכטער אויך ענטפערן AFFIRMED אדער DENIED דער פסק קען נישט בלייבן הענגען אזוי ווי ס'איז, ווייל אויב בלייבט דער פסק ווי עס איז דאן איז דאס א גרויסער געווינס פאר די אהרונים, ווייל ראזענוואסער האט דאך שוין געפסקעט וואס "סטאטאס קווא" מיינט. סא, וועלעכע פון דזשאליאני'ס פרעדיקשאן'ס מיינסטו וועלן די ריכטער פסקענען?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 22:00 |
|
| |
לבי אומר לי:
אז דער אפילס קארט וועט נישט וועלען זאגען א קלארע ווארט צו די ראביי אין א קאנג. קען אפזאגען דעם פרעזידענט צוליב א רעליגיעזע נושא.
ווייל די זאך איז זייער א פארצוויגטע און עס וועט נוגע זיין צו אלע רעליגיעזע קארפארעישאן'ס אין אמעריקע. און עס קען זיין אז זיי האלטען אז די אישו געהערט צו א העכערען געריכט ווי זיי.
עס איז דא אסאך מאל ווי דזשאדזש'עס טוען זיך אוועקציען צו א געוואוסע זייטיגע אישו עדי נישט צו דארפען מחליט זיין אויף די שווערערע. (למשל באראש)
זיי קענען זאגען ווי צ.ב.ש., אז עס איז שוין נישט אזויווייט נוגע ווייל מער ווייניגער זענען שוין זאלונים רוב מעמבערס אין וויליאמסבורגער קאנג.אין די ארונים אין אנדערע פירער קערפערשאפט.
א אנדערע אפשען איז איבערמאכען וואלען אין סאטמאר ( וואס דעמאלט וועט זיך אנהייבענן א נייע געפעכט ווער ס'איז מעמבער אין ווער נישט. זיי קענען זאגען אז א ראביניקעל קארט זאל דאס מחליט זיין.) אזוי וועלן זיי פטור זיין צו פסק'ענען איבער די שווערע אישו.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 22:05 |
|
| |
די אפשען פין וואלן האט מען שוין געשמיסט, קען נישט זיין, לויט די שטאטוטען פין די קהלה קען נאר די פרעזידענט פאררופען וואלן, דא ווייסען מיר נישט ווער עס איז פרעזידענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 22:34 |
|
| |
אן אויסטויש וואס איך האב געהאט מיט א זאלי ניק
זאלי ניק: וואס מיינסטו סטאטוס קווא? איך פארשטיי אז סטאטוס קווא איז ביז עס קומט אן אנדערע קלארקייט. נישט אזוי? ווער און וויאזוי קען דאס קלאר ווערן אויב זיי זאגן סטאטוס קווא?
וואס גייען זיי זאגן אויף באראש פסק? וואס גייען זיי זאגן אויף ראזענוואסער פסק?
מקוה_איד: איך בין נישט קיין לויער אין אוואדי נישט קיין נביא.
אבער איך וועל דיר זאגן דעם ריינעם אמת, די סיבה פארוואס איך האב מיך נישט מסביר געווען אויפן פורום איז ווייל ווי מער איך טראכט אריין אין די לאגיק און די שכל הישר פון די אלע אפציעס וואס די אפעלאט ריכטערס קענען טאן, און איך פראביר צו סארטירן אלע היכי תמצא'ס, גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווי אזוי די אהרונים זאלן נישט געווינען.
העווינג סעד דעט, בין איך דאך נישט קיין לויער, אפשר פארשטיי איך נישט צו געזעץ, אפשר איז דא א געוויסע פראצעדור וואס גיבט די אויבערהאנט פאר די זאליס.
לבי אומר לי, אז די דשאדשעס וועלן טרעפן א לעגאלע וועג אז די זאליס זאלן בלייבן אין קאנטראל, קען זיין עס וועט זיין זייער פארעווע, קען זיין עס וועט עפענען א טיר פאר די אהרונים צו געווינען דורך א צווייטן וועג, אבער דער דירעקטער רעזאלט פון דער אפעלאט וועט לכאורה זיין, מפטירין כדאתמול ושלשום.
זאלי ניק: עס גייט דיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי די ארוינים זאלן נישט געווינען? ד.מ. דו פארשטייסט נישט וויאזוי די זאליס זאלן יא געווינען?
מקוה_איד: יא,
איי פארוואס זאג איך אז די זאליס וועלן געווינען?
פרעגסט גוט.
ווייל מיין גאט-פילינג זאגט מיר, די וועג ווי אזוי די פרעצעדור איז ביז יעצט געגאנגען, די סטעי, ביהמ"ד החדש, די משה גבאי פאפירן, דאס זאגט מיר, אז די דשאדשעס וועלן שוין טרעפן א וועג ווי אזוי צו לאזן די זאליס אין קאנטראל.
פונקטליך ווי אזוי? ווייס איך נישט.
MARK MY WORDS
די זאליס גייען באקומען א זיג אויף א וועג ווי קיינער האט נישט פרעדיקטעט, קיין איינע פון די 8 וועגן וואס זשוליאני רעכנט אויס.
יעצט צום שליס:
איך האף אז איך בין נישט גערעכט, איך בין נישט אלס גערעכט געווען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 23:47 |
|
| |
איך ווינדער מיך אויף זשוליאני08 פאר וואס ער האט פארזעהן דעם אפענעם אפשען .
ראזענוואסער דיסמיסט, ווייל עס איז א רעליגיעזיע אישו, אין וואס באראש האט אפען געלאזט זאל געשליכטעט ווערן ביי די דיינים, אין ביז דעמאלסט איז אלעס סטאטוס קווא, דאס איז א ריינע זיג פערמענענט פאר די זאליס, היל"ת.
אין ווי איך הער מאחורי הפרגוד ארבעטען די זאליס טאקע אויף דעם אז די אפעלאט זאל אלעס ארויסווארפן מיטן תירוץ "רעליגיע", אין וואס ראזענוואסער זאגט איז ביי זיי נישט מאסגעבענד ……
בכל אופן א קאפיטעל תהילים קען זיכער העלפן פאר אונז ………….
|
|
|
|
|