| נשלח ב-20/6/2006 23:56 |
|
| |
Guar its this option
פרעדיקשאן 6
באראש - אפהעלד ראזענוואסער - דיסמיססד
(רעזולטאט. זאלונים געווינען)
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 00:22 |
|
| |
BRO567 גערעכט איך האב עס נישט גערילייזד.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 02:11 |
|
| |
אויב באראש איז אפהעלד, קענען זיי נישט זאגען אז רז"ל צו ר' אהרן איז די נייע רבי און ער איז
דער וואס נעמט איבער דער כח?
דער זאלי'ס לויער האט געטענהףט אז רז"ל איז דער נעקסטע אין די רייע און מוז אטאמאטיש
איבערנעמען די טאטעס כוחות.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 02:35 |
|
| |
עס איז זייער שווער ווען עס קומט למעשה צו פארזאגן וואס די רעזולטאטן וועלן זיין. נישט נאר
וויל קיינער - איך אריינגערעכנט - נישט בלייבן קיין חוזק, נאר עס איז באמת זייער שווער
אויסצורעכענען דעם שפיל מיט די ריכטער.
זשוליאני ברענגט ארויס 6 וועגן וויאזוי זיי קענען אורטיילן, עס איז דא נאך עטליכע, וואס איך
וויל נישט יעצט אריינגיין, אבער מ'האט שוין ארויסגעברענגט דא אז דער עיקר ווענדט זיך - אויסער
דער "לב מלכים ושרים ביד השם" - אין די טובת הנאה וואס די ריכטער וועלן דערפון האבן.
דער גרינגסטער - און לדעתי איינציגער- וועג וויאזוי די ריכטער קענן ערלעדיגן - אויב זיי האבן
אזא אינטערעסע - אז די זאליס זאלן קענען ארויסקוועטשן א זיג וועט זיין אויב זיי וועלן זאגן אז
זיי מישן זיך נישט אריין ווייל עס איז א רעליגיעזע טעמע, און זיי וועלן אלעס לאזן ביי
סטאטוס-קווא. לכאורה אין אזא פאל וועלן זיי הייסן גיין צו דין תורה, וואס וועט למעשה נישט
צושטאנד קומען ווייל די זאליס וועלן טענה'ן אז זיי גייען נאר צו זייערע דיינים, ווידער א
רעליגיעזע פראגע אין וואס זיי קענען זאגן אז זיי נעמען נישט קיים שטעלונג.
דער איינציגער פראבלעם איז נאר מיט די פראגע, ווער איז סטאטוס-קווא ?, דא ליגט
די זאליס גרעסטע פראבלעם, ווייל ראזענוואסער האט שוין געאורטיילט אז אין אונזער פאל מיינט
"סטאטוס-קווא" ר' בערל פרידמאן, און זיי קענען נישט סתם אזוי אפווארפן זיינע ווערטער.
איז ווידער דער איינציגער לעזונג דערפאר, לכאורה, אז די ריכטער זאלן זאגן אז ראזענוואסער האט
זיך טועה געווען מיט איין נקודה, די זאליס האבן כסדר געטענה'ט אז ר' יעקב כהנא איז געווען
קא-פרעזידענט אינאיינעם מיט ר' בערל. א טענה וואס ראזענוואסער האט אוועקגעמאכט מיטן תירוץ אז
אין די שטאטוטן ווערט נישט דערמאנט אזא זאך ווי א קא-פרעזידענט, און במילא מוז זיין אז עס איז
ליגנט.
אויב אבער די אפעלאט ריכטער וועלן אננעמען - כדי צופרידנצושטעלן די זאליס - אז ר' יעקב איז יא
געווען קא-פרעזידענט אינאיינעם מיט ר' בערל, קומט אויס אז ביידע וואלן פון יאר תשס"א זענען
לעגיטימע וואלן, און וויבאלד למעשה איז ר' יעקב אינעווייניג אין ביהמ"ד בלייבט ער דער
פרעזידענט, ווייל די וואלן פון תשס"א האבן אוועקגענומען פון ר' בערל די אויבערהאנט פון
סטאטוס-קווא, וויבאלד עס איז שוין געשען דא א שטיקל שינוי.
אבער דאס צו זאגן מיינט אז דער אפעלאט מוז מאכן א "פעקט פיינדינג", וואס אין 90% פון די פעלער
וועלן קיין אפעלאט ריכטער נישט טוישן קיין "פעקט פיינדינג" פון א נידריגערן ריכטער, אויסער
אויב עס איז זייער אויפפאלנד און מאדנע דער באשלוס פונעם נידריגערן ריכטער. וואס דא קען מען
זיכער נישט רעכענען אלס אזא סארט.
נאך די גאנצע מגילה קומט מיר אויס קלאר אז די אהרונים האבן יעצט פיל מער שאנסן צו געווינען
אין געריכט, און די זאליס דארפן 'רוקן בערג' אז זיי זאלן קענען ארויסגיין די זיגער.
אבער...
חז"ל האבן אונז שוין געלערנט אז "הר קשה, ברזל מחתכו"... דערפאר איז זיכער אז אלעס איז תלוי
אין ווער, ווען, און וויפיל...
וואס מיר פון דא קענען טון איז בלויז צולייגן א קאפיטל תהלים און א ווארעמע תפילה צום רבש"ע
אז ער זאל אונז שוין באפרייען פון די ביטערע הענט פון די משתלטים על הציבור.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 03:06 |
|
| |
בא_ללמד, כאב פאר אייך נייעס, די אהרונים זענען היינט אין קארט געקומען גרייט און באוואפענט צו אפשלאגן די "קא פרעזידענט" טענה.
קעווין פלאנקעט האט אנגעוויזן א דאקומענט, פון יאר 98' ווי מר. שאונפעלד שרייבט אונטער אז די באורד האט בעשטעטיגט בערל פר"מ אלס "פרעזידענט".
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 04:17 |
|
| |
מקוה איד.
דו ווילסט זיכער נישט אז איך זאל זיך נעמען דא אויסרעכענען אלע אפענע דאקומענטן און באווייזן
וואס די אהרונים האבן אריינגעגעבן ביי באראש, ראזענוואסער, און דעם אפעלאט געריכט...
אויב וועט דער אורטייל זיין געבויט אויף געזעץ, יושר, אדער באגריפן, בין איך הונדערט פראצענט
פארזיכערט אז די אהרונים וועלן געווינען, בע"ה !
דעם גאנצן פשעטל וואס איך האב געמאכט איז נאר אין פאל דער אורטייל וועט זיין אנגעוואנדן אין
עפעס אנדערש ווי דאס אויבנדערמאנטע... און דאן איז נישט קיין גרויסע נפ"מ אויב די אהרונים
האבן יא געברענגט א צעטל אדער נישט.
אגב, וואס האט מאללען געענטפערט דערויף ?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 18:26 |
|
| |
אזוי ווי דער ציבור דא, זעה איך האט גאנץ גוט מיטגעהאלטן די נעכטיגע פארהער סעסיע אין געריכט.
איז כדאי ווידערצושטעלן מיינע פונקטן וועלכע איך האב אויפגעברענגט מאנטאג (איידער די ארגומענטס) מיט מיינע אבזערוואציעס פון נאך די ארגומענטן. און מאכן א שטיקל ריאלטי טשעק, צי איך בין אין גוטן דירעקשאן אדער נישט.
1) צום אלעם ערשטן איז נויטיג צו באמערקן. אז דער נעכטיגער טאג, מיט אלע קשיות און תירוצים. איז אלעס איין גרויסער נול. עס מאכט אין מיינע אויגן, קיין שום דיפערענץ אינעם פסק וואס די ריכטער געבן ארויס. אדער אינעם ריכטוג וואס זיי נויגן. יא, מ'האט דעם סקאט מאלען גוט צופאטשקעט. אבער מיט דעם אלעם, האטו עס נישט אפעקטירט די ריכטער, אלע פיר מיין איך, אז עס זאל ענדערן זייער שטאנד אינעם לעגאלן סכסוך פון קהל יטב לב דסאטמאר. (און דאס איז געווען מיין שטעלונג נאך איידער די נעכטיגע סעסיע). רעזולטאט: א פלוס פאר די זאליס.
2) פון מיין קוק ווינקעל, האב איך באמערקט אז רוב פונעם שקלא וטריא פון נעכטן דרייט זיך ארום איבער ריכטער באראש. און נישט איבער ריכטער ראזענוואסער. דאס האט א בלינדער געקענט זען. אז וואס עס דריקט די ריכטער איז נישט צי ראזענוואסער האט געהאט רעכט אריינצורעדן דא (עס איך דאך לכאורה א רעליגיעזע קאנפליקט לויט באראש)... נאר צי איז דער גרענד רעבי, העכער דאס געזעץ פון די שטאטוטען און פון NY STATEA LAW אדער נישט. רעזולטאט: א פלוס פאר די ארונים.
3) פון מיין קוק ווינקעל האב איך באמערקט אז די ריכטער, מער ווייניגער האבן גאר גוט ארויסגעהאט די קעיס. זיי האבן געליינט אסאך פון די פאפירן, און גוט געליינט. געלערענט עס בעיון. פון זייערע פראגן האט מען געקענט זען אז זיי האבן געכאפט די אומצאליגע סתירות פון די DATES, ווען דער רבי האט מכלומר'שט געווארפן בערל פרידמאן. צי JAN 14 אדער DEC 29. וואס מ'האט געטאן דעמאלטס און וואס דעמאלטס. און אז די סתירות פון די DATES האט געדריקט אויף זייער מחשבה, אלס א זאך וואס מ'קען נישט דורכלאזן. דאס האט מען געקענט באמערקן אויף אלע פון די פראגעס. רעזולטאט: א פלוס פאר די ארונים.
4) איך גלייב נישט אז ס'איז אפילו נויטיג ארויסצוברענגען אז 1) SCOTT MOLLEN האט זייער מיאוס געפוטשט. 2) דער אנדערע אלטער שיכור רובין, האט סתם פארברענגט זיין צייט, און נערוועז געמאכט די ריכטער, און אליינס נישט געוואוסט פארוואס ער איז בכלל געקומען רעדן. 3) KEVIN PLUNKETT האט געמאכט א סופער דזשאב. און ארויסגעברענגט די אישוס מיט א קלארקייט און צו דער זאך. קורץ און זייער שארף. רעזולטאט: א פלוס פאר די ארונים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 18:46 |
|
| |
די בעסטע פארט איז געווען ווען פלאנקעט האט אראפגעלייגט וויאזוי ער גייט רייך ווערן, ער גייט ווערן א ראביי, אויפבויען א מלוכה, און נאכדעם אלעס פארקויפן פאר זיין אייגענע טאש, אן קיין טעקס... און איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט, ס'מאכט יא זייער אסאך אויס פאר די דזשאדזשעס, נישט ווייל זיי ווערן עפעס געוואר יעצט, אבער קיינער וויל נישט זיין קיין fool, און נאך די מעכטיגע זשאב פון פלאנקעט גייט אפילו שמידט האבן א פראבלעם. דאס איז קלאר אז מ'האט געזען פון זיי אלע אז זיי האבן שטארקע פראבלעמען מיט באראש, אבער ס'קען זיין אויך א שלעכטע סימן, אז זיי האלטן קלאר אז לויט באראש זענען די זאליס געווינערס, נישט ווי ראזענוואסער האט געזאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 18:55 |
|
| |
זשוליאני08 וואס האט געמיינט די 4 פרעמדע ריכטער וואס זענען נישט אויפן קעס וואס זענען דארט געווען? און די אלע פרעמדע לויער קאמפניס? זענען זיין געווען פאר אינטערסאנט קייט? אדער אויב מ'וועט דארפן א 5 ריכטער וועט מען נעמען אייע פון די?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 19:39 |
|
| |
אונגארישער.
מאכסט מיך לאכן. און ברענגסט מיר צו מאלענ'ס הוכחה....
געוואלד און געשריגן. שעהנפעלד איז זיך סותר צווישן זיך אליינס.
קוק וועסטו זעהן
וואס איז דיין תירוץ?
ווערטהיימער זאגט קלאר אז מ'האט געווארפן בערל פרידמאן נאך JAN 14, ווייל ער האט געמאכט די א' שמות אסיפה.
דאס זאגט דאך קלאר אז זיי האבן געטוישט די מעשה.
--------------------------
דער פראבלעם איז אבער, אז פאר די ריכטער האט סקאט מאלענ'ס תירוץ נישט פארענטפערט די קשיא. די הארבע סתירות און קאנפליקטן שפרינגען אין די אויגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 20:12 |
|
| |
איינער ווייסט פאר וואס די זאליס האבן נישט גענימען באטרא פאר לויער? דאס שרייבט באטרא און ח.א.ס זשוליאני שרייבט און "כל העולם כולו" ווי פאלגענגד: פון מיין קוק ווינקעל האב איך באמערקט אז די ריכטער, מער ווייניגער האבן גאר גוט ארויסגעהאט די קעיס. זיי האבן געליינט אסאך פון די פאפירן, און גוט געליינט. געלערענט עס בעיון. פון זייערע פראגן האט מען געקענט זען אז זיי האבן געכאפט די אומצאליגע סתירות פון די DATES, ווען דער רבי האט מכלומר'שט געווארפן בערל פרידמאן. צי JAN 14 אדער DEC 29. וואס מ'האט געטאן דעמאלטס און וואס דעמאלטס. און אז די סתירות פון די DATES האט געדריקט אויף זייער מחשבה, אלס א זאך וואס מ'קען נישט דורכלאזן. דאס האט מען געקענט באמערקן אויף אלע פון די פראגעס. אבער וער עס ווייסט און האט געהער די ענטפער האט נישט קיין פראגן
קיין שום סתירה איינמאל האט עם דער רבי געווארפן פון ראש הקהל'שאפט, דאס איז געווען זאגענדיג די שליחות פאר ר' יעקב הערש שעהענפעלד פרייטאג און די צווייטע מאל האט עם דער רבי געווארפן אויך פון מעמבער'שאפט ה' שמות, פאר'ן שטיין אין שפיץ פון די אסיפה המורדת פון אי שמות.
|
|
|
|
|