בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פרטים אויף ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/6/2006 03:15 לינק ישיר 
פרטים אויף ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א


ר' ישראל דוד איז דאך באקאנט פאר יעדן דורש תורה, איך מיין אז נישט נאר מאנסי, אונזערע ארץ ישראלדיגע חברים האבן ממש נישט געהערט פון איהם.    

סקען איינער ביטע דא געבען א באשרייבונג פון איהם?

זיין אפשטאם
זיינע רביס
זיין מהלך אין תורה




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 08:42 לינק ישיר 

.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 16:40 לינק ישיר 

he is a talmin mivhak of rabbi koppelman shlite of lucern and he goes in his ways and qoute s him many times



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2006 17:04 לינק ישיר 

אין דער בליק, זומער תשס"ד/ה איז געווען א גאנצע באשרייבונג איבער דעם מגיד-שיעור נפלא. (לסימנא בעלמא, זאל דיר זיין גרינגער צו טרעפן: אויפן פראנט דעקל איז געווען א ריזיגן בילד פון אים).

זיינע שיעורים זענען מורא'דיג צועהנדיג, ער ווארפט כסדר אריין טרעפליכע גלייך-ווערטלעך, וואס מאכט אז דער עולם זאל לאכן אויפן קול, מ'קען עס הערן אויך אין די טעיפס.

ער ווארפט צוזאם אין יעדן שיעור, אן א שיעור ספרים, בלשונם, אין איז גאר שטארק מדייק אז יעדער אות זאל קלאפן, אויף אזא אופן, אז ס'קען פשוט נישט אנדערש זיין פשט אין די ווערטער, נאר אז דער מחבר האט דאס ממש געמיינט.

ער קומט אריין צו די שיעורים מיט א פאק ספרים "וואס ער אליין שלעפט" חוץ וואס זיין בחור'ל (זיין זון) און א עסקן ברענגן. יעדעס ספר האט שוין אריינגעשטעקט אין זיך א צעטל/קליפ ער זאל עס גראד טרעפן. (די מקשיבי שיעוריו ווייסן שוין ווען ער גייט ענדיגן, ווען ער ענדיגט זאגן פונעם לעצטן ספר!).

ער שרעקט זיך נישט פון קיין פירמא, פערזאן, אדווערטייזמענט, אפילו מ'ווייסט וועלכע יחיד ס'שטייט דערינטער. ער מאכט נישט חוזק פון דעם מענטש פערזענדליך חלילה, נאר פון די פעולה וואס יענער טוט.

א דוגמא: פאר שבועות פון די קאלערפול עד'ס פון מילעכיג'ס, ל"ג בעומר די "פייער-סעיל'ס", ער לייגט דאס אראפ אזוי פשוט, אז מען מוז לאכן און וואסערע עולם הדמיון מ'לעבט היינט.

ער צונעמט דעם מענטש'ס "געפילן / הרגשים", גאר אפט, אויף פיצלעך, און מ'זעהט דעם אמת אין פנים אריין, אין ממש מ'לאכט פון זיך אליין.

ער איז משונה'דיג פונקטליך, ער האט שיעורים יעדע וואך איינס נאכן צווייטן, מיט א אפריק פון 10 מינוט, לדוגמא די שיעור יעדן זונטאג אויף תפלה, וואס לויפט פון 9:30 ביז 10:50 צופרי, דערנאך איז 10 מינוט הפסקה, און "פונקט" 11:00 לערנט ער שוין פאר מנחת חינוך. און דאס זעלבע ליל ששי די גמרא שיעור מיט די "סדרה-שיעור", שבת נאכמיטאג פרקי אבות ועוד, וואס איז ממש געריקט איינס פונעם צווייטן מיט אפאר מינוט.

דאס אינטערעסאנסטע איז, אז יעדע שיעור האט אן אנדערן גאנג. איינס לערנט ער פאר מיט הסבר, דאס צווייטע מיט ראשונים, דאס שטאט, די אנדערע שנעל. ס'איז צו באוואונדערן.

וואס ס'מיינט פאר אונז: פון עסן צו דער זעהט, און שלאפן אין באקוועם קען מען א ר' ישראל דוד'ן נישט אויסוואקסן.


** איך ווייס נישט צו דאס האסטו געבעטן, איך האב נאר אנגעהויבן דעם הודעה דיר צו מעלדן איבער'ן "בליק", און די פענע האט ווייטער געשריבן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 19:33 לינק ישיר 

זיין טאטע איז הרב שמואל עקיבא שלעזינגער  שטראסבורגער רב.

משפחת יפה שלעזינגער איז א באקאנטע משפחה פון רבנים אין אונגארן, מחברים פון צענדליגער ספרים,  אייניקלעך פון רבי ישראל דוד מרגליות יפה  בעל מחולת המחניים וועגען טיילונג, ולמעלה בקודש רבי משה לייב צילץ ראב"ד ניקלשבורג מחבר ספר שו"ת מילי דאבות.

זיין רבי איז הרב קאפלמאן.

צו קענען זיין דרך הלימוד קענסטו גיין יעדע נאכט צו זיין שיעור אין גפ"ת צו זיען זיין געוואלדיגע הבנה לומדות אין בקיאות, אדער צו זיינע נ"ך שיעורים.

די מגידות טעיפ'ס איז נישט קיין אינדיקעשאן נאר אויף זיין בקיאות

תוקן על ידי - APPLE - 21/06/2006 19:36:17



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 20:51 לינק ישיר 

אומדירעקט
עפפעל

יאשיקיכאכעם

ער איז א זעהר א קלארער לערנער, הן באגדה הן בהלכה. אבער זיין פרסום דורך די טעיפס איז אין אגדה אויף פרשת השבוע, נ"ך, אין  בעיקר אויף סדר התפילה וואס ער איז א ממש א חד בדרא  
 
קענט עפעס שרייבן אין אגדה וויאזוי איז לדעתכם זיין צו גאנג צו חסידות און חסידישע ספרים?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2006 05:04 לינק ישיר 

ר אומדירעקט יפה דברת!

זייער א שיינע באשרייבונג א דאנק,

אבער וואס איז לגבי זיינע מחאות איך האלט אז ער נעמט שוין באלד איבער די טיטל פין וויזניצע רבי בעל המחאות
ממש אויף א יעדע זאך איז ער מוחה סדארף נישט האבן קיין טראפ סענס,
נאר וואס? לויט זיין השקפה איז יעדע זאך מותרות און א גלוסט

דאנט געט מי ראנג!

כולי עלמא מודי אז ער איז א ערליכע איד און ממנו ילמדו וכן יעשו, איך אליינס גייט צי זיינע שיעורים אין איך האב זייער הנאה איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען מיינע געפילן תוקן על ידי - nusen - 26/06/2006 5:05:26



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2006 08:13 לינק ישיר 

nussen

דו מוזט נישט מסכים זיין אויף זיינע מחאות, אבער זאג נישט אז עס מאכט נישט קיין סענס.

יעדע זאך וואס ער זאגט, איז ער מסביר בטוב טעם ודעת מיט א תורהדיגען צוגאנג וואס איז מלא חן.
דאס איז זיין תפקיד צו זיין אמוכיח בשער.
דו מיינס אוודאי וועגן דעם MALL?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2006 17:14 לינק ישיר 

ניין די מאלל דוקא פארשטיי איך יא אבער פאריגע וואך ליל שישי האט ער מוחה געוען אויף די פירצה וואס הייסט BBQ וכהנה וכהנה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2006 20:22 לינק ישיר 

nussen

פרעג איך דיך, האט א בארבעקיו א פלאץ אין א חסידישען שטוב?.

און טאמער מאכט ער שוין יא אמאהל מאיזה סיבה אזא טריעט פאר זיין משפחה, מעג ער כאטש וויסן אז לאו משנת חסידים היא.

ווער וועט איהם דערמאנען אז נישט ר' ישראל דוד?

פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם איז ...אוהב את התוכחות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2006 00:23 לינק ישיר 

באטשי, שכוייח פאר דעם שיינעם אשכול, איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערין עפעס פון זיינע שיעורים, איך האב קיינמאל פון דעם חשוב'ן איד נישט גיהערט.

אגב, אז מ'האט שוין גירעדט פון בארבעקיו, לאמער הערין פון די חשובע מיטגלידער דא, ווער ווייסט ווי שטייט און רש"י אז "פיצא" איז א מאכל בהמה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2006 00:27 לינק ישיר 

שעפסל איך מיין אז איך האב אמאל געזען זיינע שיעורים אין ארץ ישראל. YOU ARE MISSING OUT



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2006 00:27 לינק ישיר 

בכורות ל"ח ע"ב רש"י ד"ה אכל לח, וז"ל: תבן ומספוא שקורין פיצ"א...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2006 00:36 לינק ישיר 

קרעמער דו מיינסט אז דאס האט לבן הארמי געמיינט ...גם תבן גם מספוא רב עמנו..

לענין הרב שלעזינגער. ער דערמאנט לעצטנס אסאך דעם אמרי אמת. וואס איז געשעהן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2006 00:48 לינק ישיר 

קרעמער,  געב א קיק און "המתרגם" וואס עהר שרייבט דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2006 16:33 לינק ישיר 

רעב באטשי די ביסט נאך פין די חסידים הראשונים, די זאכן וואס איז אמאל געווען טריף איז היינט כשר אזוי גייט די וועלט. BTW ווען קען מען רעדן מיט הרב שלעזינגער? וועלכע צייטן אין טאג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פרטים אויף ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext