בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פרטים אויף ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2007 20:47 לינק ישיר 

לעצטענס געליינט אז מען האט געבעטן ר' ישראל דוד שליט"א אז ער זאל קומען ערגעץ רעדן אויף די גוי'אישע שפראך (ענגליש), און האט בשום אין אופן נישט געוואלט הגם ער געהערט אינגאנצען נישט צו די סאטמארע קרייזען ווי באקאנט, כדי נישט עובר צו זיין אויפן חרם פון חת"ם סופר נישט צו דרש'ענען אויף די גוי'אישע שפראך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2007 22:24 לינק ישיר 

קליין קעפעלדיג.......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2007 22:39 לינק ישיר 

צבי

רעדנדיג פון קליין קעפלדיקייט

דו קענסט דעם איד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2007 23:08 לינק ישיר 

איך וועל בעטן נאך איינמאל,

איך האב נאך אלץ נישט מצליח געווען צי באקומען א שיינע בילד פין הרב ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א,

פליז פליז העלפץ מיך ארויס, א שיינעם דאנק,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 18:58 לינק ישיר 

איך האב לעצטענס גיהערט פין א ערשטע האנד גאר גיפערליכע מעשות אוף ר' ישראל דוד, ער האט זיך אראנגעמישט ערגיץ וכו' איך קען נישט זאגן קאן פרטים אבער אויב עס איז אמת זענען מיר אף צרות אז דאס זענין אינזערע שיינע אידען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 21:33 לינק ישיר 

אסור לקבל לשון הרע!

_________________

הכל שריר וקיים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 23:53 לינק ישיר 

המהרהר אחרי רבו, כאילו מהרהר אחרי השכינה!

(עיין רש"י שם: רבו לאו דוקא, אלא כל רבי בעיר שלו)

חוץ פין דעם, עס שטייט קלאר אין די משנה "הווי דן את כל האדם לכף זכות"
ווייסטו דען אויב די מעשה איז אמת? און לאמיר שוין זאגן אז די ווייסט אז די מעשה איז אמת, די קענסט דען ביידע צדדים??

לאז זיך ארויס דערפון, עס וועט דיר ממילא נישט בעסער מאכן, איז פארוואס זיך משוגע מאכן

--------------------------------------
סייג לחכמה שתיקה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2007 00:48 לינק ישיר 

די פרעיגסט מיך אויב איך קען ביידע צדדים אודער די זאגסט אז ניין?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2007 20:48 לינק ישיר 

אזוי האב איך נישט ליב מקבל צו זיין קיין לשון הרע

אבער פון אזא איש מהימן ווי דער חשובער ניק, וואס חזקה על ניק שאינו משקר. במילא  אז ער אליינס שרייבט אזוי און נאך דערצו ברמז.

גיי איך שוין אויס מעקן פון מיין הארד דרייו (אין מוח) אלע הונדערטער שעות פון שיעורים נפלאים ומעוררים לאהבת וליראת השם.

איך גיי אויך אויס שטעלען א צעטל אין די בתי מדרשים פאר כל הקהל הקודש,  

שרייב נאר ווען גייט זיין דיין חנוכה שיעור.

אגב, דו ביזט געוועזן א צד אין די פרשה פון וואס דו שרייבסט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2007 21:56 לינק ישיר 

די עצכ"ח חברה-לייט זענען זייער בייז אויף הגאון רבי ישראל דוד שליט"א וועגען זיין מערכות פאר מציצה בפה און נאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2007 20:29 לינק ישיר 

בעיני איז ער דומה צו הרה'צ מוויזניץ מאנסי שליט'א מישט זיך אריין און עסק שאינו שלו, געווענטליך איז זייער שווער מקבל זיין פון איינעם וואס איז נישט קיין נאה דורש ונאה מקיים, ווייסט איינער ווי זיין $40.000 קאך ביי זיך אינדערהיים (נייע הויז) האלט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2007 01:05 לינק ישיר 

veaz

לפי מיטב ידיעתי איז עס א הוילער שקר. ווייל ער איז אזויפארנומען מיט זיינע שיעורים און מיט צרכי הפרט ווי מען בעט איהם בהחלט זיך אריין צו מישן אז ער האט נישט קיין צייט דעם קאפ אויפצוהייבן.

איך ווייס פאר א פאקט פון מיינע אייגענע אויגען אז ער האט געוואינט ביז יעצט זעהר פשוט, זעהט אויס אז אפאהר נגידים האבן איהן געוואלט מהנה זיין.
איך וועל עס אי"ה מברר זיין.

יעצט איין א פערסאנאל נאוט

איש מאנסי
veaz

סטוט מיר זייער לייד אבער יידען וואס דרייען זיך אין אפיקורסישע אין אין טמאנע פארומס, איז נישט מעגליך ליב צו האבן א תלמיד חכם א צדיק ווי ר' ישראל דוד שליט"א.

איך נעם עס אהן פאר א ריזיגן קאמפלעמענט פאר איהם

"ולא תתורו אחרי לבבכם - זו מינות (איש מאנסי) ואחרי עיניכם- זו עריות (veaz) אשר אתם זונים אחריהם"

תוקן על ידי - baachi - 06/12/2007 1:12:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2007 19:14 לינק ישיר 

BAACHI מאכט זיך נישט וויסענדיג פין וואס איך האב עהם געשריבן אין תיבה אישית איך האב עהם געשריבען קלאהר פין וועלכע מעשה איך רעדט קימט ער דא אהער אין מאכט א רעש אין ער וויל נישט וויסען דעים "אמת"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2007 21:08 לינק ישיר 

איך האב געהערט פון מיין זיידען ז"ל א ווארט פון דעם נודע ביהודה אויפן פסוק אין משלי מצְדִּיק רָשָׁע וּמַרְשִׁיעַ צַדִּיק תּֽוֹעֲבַת ה' גַּם שְׁנֵיהֶם, אז עס זיינען דא מענטשען וואס זאגען אז זיי זיינען צו פיין און איידל צו האקען אויף די רשעים, זאגט מען איהם אבער אויף צדיקים קענסטו יא שימפען אלא מאי די קענסט נישט ליידען די צדיקים, דאס איז דער טייטש גם שניהם איינץ איז מגלה אויפן אנדערען,

דאס איז די זעלבע ביי די קנאים, זיי האקען אויף אלע ערליכע אידן, וועסטו מיינען אז זיי זיכען דעם אמת, קוק ווי זיי דעקען זייערע זאכען, זעה דעם הכשר פון התאחדות הרבנים, און זייער הנהגת הרבנות בכלל, וכו',

דאס איז געווארען א נחלת הציבור עס איז זייער לייכט אוועק  צו מאכען די גרעסטע גדולים [ווער געדענקט די פאשקיווילן אויף ר' משה פיינשטיין זצ"ל?] און לעומת זה גרויס מאכען דעם גרעסטען ..... דער ברך משה הקדוש והטהור, ואידך זיל גמור,

דער אמת איז אבער אז תלמידי חכמים זיינען דא היינט אין הונדרעטער, אז נישט אין די טויזענטער, עס זיינען אבער דא ווייניג וואס האבען דעם מזל צו ווערען מפורסם, 

אבער איינער וואס איז א גרויסער ת"ח אין ער איז נאך גוט און מחדש זיין אין דרוש, אין קען זאגען שיינע דרשות, מאכט ער טעיפס און ווערט א סטאר, אלץ נישט שלעכט,

אבער ווען דער ת"ח הייבט אן מוסרן זעה עפעס אויס אז די מדות זיינע זיינען נישט 100%, בפרט ווען ער האקט אויף וואס עס לאזט זיך, 

די ת"ח האקערס צוען צו מענטשען וואס האבען ליעב די סחורה, בפרט ווען איינען איז א ת"ח, א בעל מחדש, א רעדנער, מיט גוטן סטייל, און אויף א האקער איז עס געשמאק פאר מאנכע, זעה ירחמיאל דאמפ,

אגב זעה רש"י ב"ב ריש י' ע"א וז"ל בעלי אגדה מתוך שהן דרשנין ומושכין את הלב הכל מכבדין אותם

בכל זאת זאג איך נישט קיין מיינונג אויף הרב שלעזינגער ווייל איך קען איהם נישט, איך האב נאר געהערט א טייל פון זיין דרשה וועגען מציצה בפה אין זיין שארפקייט איז נישט געווען פאר מיר,

לכבוד חנוכה וועל איך דא מעתיק זיין א ווארט פון די פריערדיקע [מען ווי 400 יאהר צוריק],

אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בה [אבות פ"ד מ"כ] פירוש אל תחשוב מה שאמר "ונקה לא ינקה" [שמות לד ז] שהוא כולו פורענות ומדת הדין, אלא הוי מסתכל בשאר אותיות שיש עמהם, דהיינו ו'ה' מן ונקה, וי'ה' מן ינקה, שהוא שם של ד' אותיות ושל רחמים, וזהו מנותר קנקנקים נעשה נס לשושנים, רצה לומר שהנותר מק'נ'ק'ן' הוא עשה לאבותינו בימי חנוכה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2007 23:06 לינק ישיר 

וואס איז פשט פון veaz?



מען נעמט טאקע אן דא מנובלים? אין בחדרי חרדים איז דא א תקנה אז מען טאר נישט שרייבן אין קיין אומאויסגעהאלטענע און מנובלישע פארומס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פרטים אויף ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext