|
|
| נשלח ב-21/6/2006 17:58 |
|
| |
קרית יואל וואוקס פאלט - 18,300 נפשות, בליעה"ר
די צענזוס האט ארויסגעגעבן נייע די נאמבערס פון די קרית יואל באפעלקערונג וואס ווייזט אז קרית יואל האט 18,300 נפשות.
די אינטערעסאנטע נייעס איז אבער אז דער וואוקס פון די קרית יואל'ער איינוואוינער איז דראסטיש געפאלן.
קרית יואל איז געוואקסן מיט בלויז 3.9 פראצענט אין 05', די קלענסטע וואוקס אין יארן.
אין 00' האט קרית יואל געהאט 13,138 נפשות. עס איז געוואקסן: אין 01' מיט 5.1 פראצענט צו 13,812 אין 02' מיט 8.1 פראצענט צו 14,928 אין 03' מיט 10.7 פראצענט צו 16,925 אין 04' מיט 6.6 פראצענט צו 17,611 אין 05' מיט בלויז 3.9 פראצענט צו 18,300
דא קענט איר זען די פולע ליסטע פון אלע שטעט אין ארענדזש קאונטי: http://www.recordonline.com/archive/2006/06/21/chart.htm
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 18:09 |
|
| |
ס'איז פשוט, א קרית יואל'ער ווערן נאך גערעכענט די אהרונים, די זאלונים, ווערן נישט גערעכענט פאר קיין קרית יואל'ער...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 18:34 |
|
| |
ביסט א געשמאקער טיפוש.
אויב ראובן האט פארדינט אין 2005 בלויז איין דאלער ONE DOLLAR. און זיין ביזנעס איז זיך מורא'דיג ציוואקסן אין 2006, און ער האט שוין פארדינט גאנצע 2 דאלער.
וויפיל פראצענט איז ראובנ'ס ביזנעס געוואקסן: 100 פראצענט. WOW... ממש מורא'דיג.
יעצט. אויב שמעון האט פארדינט אין 2005 א מיליאן דאלאר. און אין 2006 האט ער פארדינט א מיליאן מיט 200 טוויזענט דאס מיינט 1.2 מיליאן.
וויפיל פראצענט איז שמעון'ס ביזנעס געוואקסען? בלויז 25 פראצענט...
יעצט, וועמענס ביזנעס איז פראצענטיש געוואקסן העכער אין 2006. ראובן אדער שמעון?
געשמאקער יאקעל: כאפסט אדער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 18:35 |
|
| |
וואס איז געשען אין 03'; אזא גרויסער וואוקס?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 18:47 |
|
| |
לויט ווי איך טיישט עס אויס איז דער נאטורליכער וואוקס אין קרית יואל צווישן זעקס און זיבן הונדערט נפשות, א יאר, בלי עין הרע, כן ירבו.
קוקט וועט איר זען אז אין 01', און פון 03' ביז 04' און דאס זעלבע פון 04' ביז 05' איז אזויפיל געוואקסן קרית יואל
אין די צוויי יאר 02' און 03' איז געווען א גרויסער פלוס פון נייע איינוואוינער, בעיקר אין די עצי התמרים געגנט, און אויך אין אנדערע פלעצער. אין יענע יארן איז דער וואוקס געווען איין יאר 1,100 בערך און דאס צווייטע יאר בערך 2,000 קע"ה
זעהט אויס אז דאס גרויסארטיגע מופן האט זיך שוין אביסל איינגעשטילט, אבער דער נאטורליכער וואוקס איז געבליבן די זעלבע (נו וואס ווילסטו, אז די מיט 19 קינדער זאלן האבן נאך?...)
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 18:47 |
|
| |
דער אמת איז אז זייער אסאך מענטשן פילן נישט אויס די צענזוס פארומס און דעריבער רעפלעקטירט עס שוואך אויף זייערע טשארטס.
דער וואוקס ווערט ב"ה כסדר גרעסער
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 18:52 |
|
| |
אויך א גוטע פוינט זשוליאני
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 21:01 |
|
| |
עס האט גארנישט צוטוהן מיט אויספילן סענסוס פארמס, די סענסוס איז נאר איינמאל אין צעהן יאר. דא האט מען געמאכט אן עסטימעט, א שאצונג, וואס איז געווענליך 'נישט' פונקטליך.
תוקן על ידי - lumber - 21/06/2006 21:14:40
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 21:20 |
|
| |
זשוליאני, האב איך סעלעברעיטעד דעם פאקט אז קרית יואל איז פראצענטואל נישט געוואקסן אזוי שנעל?
ניין. איך האב נאר פארציילט א פלעינער פאקט. אלזא, פארוואס ביזטו געווארן אזוי צעווילדעוועט?
מיין באריכט אז קרית יואל'ס וואוקס איז פארקלענערט געווארט איז געווען געבעיסט לויט די לעצטע פינף יאר ווען קרית יואל איז געוואקסן מיט סאך א גרעסערן פראצענט יערליך. דאס יאר איז עס מער נישט געוואקסן מיט אזא גרויסן פראצענט.
בכלל, ווי גלייכסטו צו מענטשן צו געלט. מענטשן וואקסן אויף גאר אן אנדערן אופן ווי געלט, וד"ל.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|