אידן זענען די לעצטע פאר חדשים דורכגעגאנגען דעם בוטשער סטאר אויף ראדני קר. וויליאמסבורג סט. מיט גרויס ווייטאג און די מאגן פלעגט זיך דרייען מיט גרויס אימפעט צוזעענדיג ווי נישט מער און נישט ווייניגער מען ווייזט א געדעקטן שבת טיש מיט כל מיני מעדנים אויפצורייצן דעם אפעטיט און מאכן אריינגיין אין דעם פלייש געשעפט צו שטילן די געוואלדיגע תאוות אכילה וואס אזעלכע סיינס און נאכדערצו מיט אידישע ווערטער אין די זייט, פלעגן אנמאכן.
דער וואונדער איז נאך מער אז עס האט געדויערט אזא לאנגע צייט ביז די הייליגע הענט האבן אין שאטן פון די פינסטערע נאכט זיך גענומען צו די מלאכה רבה און זיך פארשמירט מיט די שווארצע פעך צו באדעקן די אומאיידעלע בילדער. דאס איז שוין לאנג נאך דעם וואס די גאסן ארום זענען בא'ווייס'ט געווארן פון פאשקעווילן וואס איז גראד נאכן ערשיינען די מיאוסע ווינדאו, געווען פארשפרייט אין די דערנעבנדיגע גאסן. איז דאס א גאר לאנגע תקופה פאר אזא הימל שרייענדיגע פירצה צו זיין אין די הויפט גאס פון וויליאסבורג, הארט נעבן ס'גרעסטע בית המדרש אין שטאט.
זעט אויס אז טאקע צוליב דעם וואס עס איז די מערסטע פארנומענסטע גאס און אין כמעט פיר און צוואנציג שעה דרייט מען זיך דארט, האט זיך געפאדערט גאר גרויסע מסירת נפש צו באגיין דעם אקט און נישט געכאפט צו ווערן.