אויסטערליש שיינע שבת אין סאטמאר
די וואך האט רבינו שליט"א געפראוועט דעם שבת אינדערהיים אין וויליאמסבורג, וואו טויזנטער סאטמארער אידן זענען זיך ווידער צוזאמגעקומען מסתופף צו זיין בצילא דמהימנותא פון מרן רבינו שליט"א. ס'קוקט אויס אז אין סאטמאר איז מען מקפיד ס'זאל זיין הייס, האט זיך ערב שבת צובראכן איין עירקאנדישאן יוניט פון 50 טאן. אבער די שטארקע היצן האבן נישט אפגעהאלטן די טויזנטער אידן פון מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת, בעיקר ביים פרק פארלערנען. א געהעריגער באריכט וועט נאכפאלגן אי"ה.
|