פריער באקומען א מעסעדזש אז די פסק גייט זיין אין דריי שעה ארום.
וואס מיינט עס?
נשלח ב-28/6/2006 20:45
די גאנצע גאס שמעוסט דערפון און מ'שמועסט אז אינז פאלירן זייער שטארק
לאמער זאגן תהילים
נשלח ב-28/6/2006 20:48
is this a new game or what
can anyone confirm
נשלח ב-28/6/2006 20:49
איך האב אויך קודם אזי געטראכט, אבער לויט ווי איך הער איז עכטע נייעס גערעכט
נשלח ב-28/6/2006 20:53
צום באדויערן איז עס אמת. כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, אלעס איז לטובה. איך בין מקבל דעם גזירת הבורא באהבה רבה ואין לנו רשות להרהר אחריה.
נשלח ב-28/6/2006 20:54
If it comes out in 3 hours how do you know what it will be
נשלח ב-28/6/2006 21:07
וועלכע לויער דארף דעס?
נשלח ב-28/6/2006 21:34
מנהלים איך האב געמיינט אז מען טאר נישט שרייבן פון די פסק ביז עס איז דא פעיפער'ס עס איז נישט קיין יושר איך קען נישט צוריקגיין ארבעטן פשוט ווייל איך בין אנגעצויגן וואס די פסק גייט זיין און די אלע רומאר'ס קוקט אויס ווי עס איז גארנישט מיט נישט
נשלח ב-28/6/2006 22:10
בארואיגט אייך, אונז פארליר מיר גארנישט.
אונז גיי מיר מארגן צוריק געהעריג צו אונזערע בתי מדרשים און מוסדות.
אויב האב איך גוט פארשטאנען די קאורטס וועבסייט איז נאכנישט דא קיין פסק
נשלח ב-28/6/2006 23:25
איך האלט ווייטער אז מיר גייען פארלירן (ווייל איך האב אלעמאל געהאלטן אזוי, נישט ווייל עפעס האט מיר יעצט געמאכט אזוי טראכטן.)
אבער דער רומאר פון היינט איז לכאורה נישט אמת. עס איז נישט נתחדש געווארן גארנישט.
נשלח ב-28/6/2006 23:28
נא???!!!!!
נשלח ב-29/6/2006 00:22
שוין די באלאן האט געפלאצט די טאג איז דורך אין קיין פסק איז נישטא, איך האף אז פון היינט אין
ווייטער וועט דער עולם שוין נישט ווערן אזוי אנגעצויגן ווען עפעס שטייט אויף הייד פארק, נישט
לכאן, אין נישט לכאן.
מארגן אי"ה פארט מען שוין אין קאנטרי, רבותי גייטס ענדיגן צוזאם פאקן זיך, אין העלפן די בני
בית, וואס האט נישט געהאט ענקער הילף היינט צוליב די נערישע הייד פארק.
דער עיקר נישט פארגעסן צי זאגן יעדן טאג תהילים אין געבן צדקה און מתפלל זיין צום בורא כל
העולמים אז מיר זאלן געווינן די געריכטן, אין כ"ק רבינו שליט"א זאל פירן די קהלת סאטמאר בכל
קצוויי תבל על מי מנוחות מיט הרחבת הדעת אין האבן מנוחה פון די אלע וואס ווילן צוברעכן די
קהלה אז זיי זאלן נישט האבן קיין שום שליטה, עד ביאת גוא"צ בב"א.
א פרייליכן געזונטן זומער ~ ווינטשט העטעכפעטעך
תוקן על ידי - כל_העולם - 29/06/2006 0:28:01