| נשלח ב-30/6/2006 19:19 |
|
| |
ווער איז דער 'צווייטער' גדול הדור?
מיט קרוב צו צוויי יאר צוריק האט מען געגרינדעט א אשכול אויפן טעמע: 'ווער איז היינט דער גדול הדור'.
דער אשכול איז על פי רוב נישט אינטערעסאנט צו ליינען, אבער אויפן פערטן זייטל הייבט זיך אן גאנץ א אינטערעסאנטע שמועס וואס אונזער באטשי ברענגט נאך פון כוזרי א צווייטע וועג ווי צו מעסטן ווער איז טאקע דער ריכטיגער גדול הדור.
איך גיי נישט ארויפברענגען דעם גאנצן אשכול, איינס, ווי אויבנדערמאנט, עס איז אינטערעסאנט בלויז דאס פערטן בלעטל, צווייטנס, נישט לאנג צוריק איז געווארן א צומישעניש ווען 'שיע550' האט ארויפגעשלעפט אן אלטער אשכול און מען האט נישט געכאפט פונקטליך וואס ער וויל...
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2006 19:30 |
|
| |
Baachi שרייבט:
אין אנפאנג ספר הכוזרי שטייט אזא מעשה
דער מלך האט געוואלט וויסען וועלכער דת איז דער אמת, האט ער געפרעגט דעם קריסטליכן אין דעם מאכמעדאנער חכם אזא שאלה: וועלכע איז די צווייטע בעסטע אמונה נאך דיינס, פארשטייט זיך אז ביידע האבן גענטפערט אז סאיז די יידען.
לאמיר פראווען צו פרעגן דעם עולם די זעלבע שאלה.
דער גדול הדור איז דאך ידוע 100% אז עס איז דיין רבי יהיה מי שיהיה אבער ווער איז נעקסט. דאס הייסט ווען דיין רבי באנקראטירט, אדער די כאפסט אים ביי א גראבע עבירה, אדער בעסער, ער ווערט נסתלק ר"ל אין לאזט נישט קיין יורשים. ווער וואלט דאמאלטס געווהן ביי דיר דער גדול הדור?
מיין וואוט
ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א
בא_ללמד שרייבט:
ווער איז דיין רבי וואס האט שוין באנקראטירט...???
Baachi שרייבט:
אם קרית לא שנית ואם שנית לא קאפטשייסת!
איך הא געשריבן אויף א הוה אמינא, ואימא שיתסר ואימא שיבסר. נישט אויף א מעשה שהיה
לעצם שאלתך האב איך שוין געהאט עטליכע אזעלכע, דער ערשטער ווילסטו נישט וויסען ווער סאיז געווען... אבער יעצט זוכט מען נאמבער 2 , פארדריי נישט דעם נושא!
בא_ללמד שרייבט:
| גראדע וויל איך יא וויסן, ווייל מיין ערשטער איז געווען ר' צבי מאיר זילבערבערג... |
Baachi שרייבט:
ווער זשע איז דער גליקליכער צווייטער אויף וועם דו האסט אים אויפגעטוישט?
נ"ב: -קיינער טאהר דאס נישט ליינען באיסור חמור כמו ווידעא- מכותלי תגובותיך ניכר שספק אם אף פעם בחייך שמעת את ר' צבי מאיר שליט"א, ובוודאי שלא היה רבך המובהק מעולם. אגוטן פורים
בא_ללמד שרייבט:
עס דערקענט זיך אז דו ביזט טאקע ניי ביי ר' צבי מאיר...
עס איז דא א גרויסער מספר ונגעלייט פון וומ"ס און קר"י, און טאקע פון די עידית שבעידית וועלכע זענען שטארק מקושר צו ר' צבי מאיר.
איינער פון זיי איז ממש יעצט געווען אין ארץ ישראל און געדאוונט דארט אלע תפילות, און מיר געברענגט א לעבעדיגן גריס.
דו ווייסט נאך נישט אלעס.
איך פריוואט זאג דיר יא, אז ער איז טאקע קיינמאל נישט געווען מיין רבי, און זיכער נישט מיין גדול הדור, אבער איך האב יא אמאל מער געהאלטן פון אים.
און פרעג מיר נישט קיין פרטים, ווייל איך וועל דיר נישט ענטפערן.
Baachi שרייבט:
עם כל הכבוד, איז דא איין ענין על פי נגלה צו זיין א שואל כענין כענין ומשיב כהלכה
איך האב געפרעגט ווער איז דיין צווייטער רבי
האסטו זיך שוין צורעט אז סאיז נישט זילבערבערג, אין אויך אז דו קענסט גוט זילערבערגן והבאת סמך לדבריך ווייל אסאך עדית שבעידית פון קר"י זענען מקושר צו אים, און נאך א ראיה ברורה שאין עליו תשובה אויפדעהם איז, אז דו האלסט יעצט ווייניגער פון עמען ווי אמאהל. אין דו וועסט מיר נישט ענטפערן אפילו איך וועל דיר פרעגן
מה דאך דו ענטפערסט נישט וואס איך פרעג דיך יא, קל וחומר אז וועסט נישט ענטפערן וואס איך פרעג דיך נישט.
איך האב דיך געפרעגט ווער איז דיין סגן רבי, במקום רבי, עמערשזענסי רבי, בדלית ברירה רבי, בשעת הדחק רבי, במקום שאין איש רבי, ערב שבת בין השמשות רבי, הפסד מרובה רבי, לעצטע מינוט רבי. פקוח נפש רבי.
ווילסט ענטפערן הרי טוב, אז נישט איז אויך גוט. איך וועל נישט ברוגז זיין אויף דיר. הייב מיר אבער נישט אהן אויס צורעכענען פון וועם דו האלסט נישט, דאס באלאנגט אין די אנדערע פאפולער געווארענע אשכולות...
AnyOne שרייבט:
First, today's Rebbes don't go bankrupt, they cause someone else go bankrupt
My Rebbe will be the older brother, as in Satmar, Pupa, Klausenburg, Vishnitz, Bobov, and Spinke

Baachi שרייבט:
anyone
I meant morally backrupt
BTW
הידעת אז לויט דעם כלל פון עלסטן ברודער ביילאנגט שיכון סקווירא פאר הרה"צ מבורו פארק סקווירא און קרית צאנז פאר הרה"צ מגריבאוו שליט"א
לויט ווי איך געדענק פון די הפטורה איז אדוניהו געוועהן עלטער ווי שלמה המלך ע"ה אין יצחק אבינו איז אויך געוועהן יונגער מיט א פאהר טאג פון דודי הרה"צ ר' ישמעאל זי"ע.
ציה אויס נאך אביסל
דער זיידע הרה"צ הר"ר שם בן נח איז אויך נישט געוועהן דער עלסטער, ווידער דער זיידער הרה"צ ר' נח בן למך השני זי"ע איז נאר געוועהן איין איידעם פון הרה"צ ר' למך הראשון מצאצאי אא"ז קין הי"ד.
ווי בלייבסטו שטיין?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2006 19:45 |
|
| |
איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער איך מיין אז יעדער האט פארשטאנען וואס איך האב געוואלט מיט ארויפברענגען יענער אלטער אשכול.
עס איז געווען א בדרך כבוד רמז צו א געוויסער גולש דא אז ברענגען לינגקס צו טרייפאנע בלאגס איז קעגען רצון רוב רובם של הציבור כאן ואינו רצוי.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2006 19:54 |
|
| |
יענער האט דאך נישט געברענגט קיין לינקס צו טריפה'נע בלאג'ס חלילה, און לויט ווי איך מיין האט ער נישט געהאט בדעה דאס צו טוהן
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2006 20:02 |
|
| |
צוריק צום נושא.
אוודאי גייט ר' צבי מאיר שליט"א אויך אריין אין כלל פון גדול הדור נאכדעם וואס דער ערשטער האט באקראטירט. דא האט איר וואס איך האב געשריבן אין פורום 'בחצרות החסידים', אפשר וועט זיך דא יאווען א מאן דהוא וואס וועט האבן עפעס מער אינפא אויף דעם איד וואס אויב האט ער געמאכט אזא איבערקערעניש ביי מיין פריינט, איז מסתם דא פון וואס צו רעדן:
יש לי ידיד שהוא ת"ח עצום רק בשביל אהבה שלו לאמת הוא לא יכול לסבול שקר מה שקורא היום בעולם, וכל הזמן מדבר נגד כל הרבנים האלה הלא רציניים, ולפי מה שהוא אומר אין כמעט בנמצא היום רב אמיתי. פעם אחרון שניפגשתי איתו שמתי לב שמשהוא השתנה אצלו בסגנון הדיבור, ממש הפוך ממה שהוא היה פעם, על כולם יש לו מילה טובה, בדיוק הפוך ממה שהוא היה פעם.
אצלי זה היה חידוש, וכששאלתי אותו לפשר הדבר, הוא ענה לי כשחפשתי את האמת, השם זיכה אותי לפגוש הגה"צ ר' אברהם צבי קלוגער שליט"א ונדבקתי אליו, ואני מודה לה' שזיכה אותי על החסד שפגשתי הרב הנכון אחרי הרבה חיפושים.
אני רוצה לשמוע מידידינו שגרים בארץ או אם יש למישהוא ידיעה כל שהוא עליו, מאיפה הוא? ממי קיבל מה שהוא קיבל? וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2006 21:56 |
|
| |
ר'' ישראל דוד שלעזינגער ר'' משה וואלפסאן ר'' משה שפירא ר'' מרדכי גרוס אדמו"ר מקאסוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2006 22:34 |
|
| |
פאוואליע,
1) ווי שטייט א מציאות אזא, "גדול הדור"? ואת"ל אז עס שטייט 2) וואס מיינט עס? 3) איז מוכרח אז עס זאל זיין בכל דור? 4) קען דאס יעדער אליין מכריע זיין?
אין די מיליאן דאלער קושיא...... למאי נפקא מינא? ווי כאפט עס?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2006 23:15 |
|
| |
יפה שאלת, אנאליזירער.
ולעומת אהובי ידידי באטשי (במקום שאין ידיד אחר) וועל איך דיר פרעגן, לאמר, אזוי צו זאגן:
לאמיר זאגן אז דו האסט ליב גולאש, און טאקע בלויז די וואס די עלטער-מומע יענטע-נעני פון שאראשפאטאק קאכט אפ יעדן ערב שבת-מברכים ווען דער אויוון איז נאך הייס פון די פריש אפגעבאקענע בארכעס מיט וועלכע דאס גאנצע דארף איז אויף, עד כדי כך אז עס זענען דא שמועות פורחות אז דער רב פון דערנעבנדיגן הוידאנאנאש ויש אומרים אז דאס איז גאר דער סגן-רב פון דונאסערדאהעלי און די יודעי ח"ן זאגן אז ביידע שמועות זענען קרוב לאמת - שיקט א שליח מיוחד מיט א טעשל פול מיט זילבערנע מטבעות צו באצאלן די טירחא און נעמט אראפ מעשר ראשון מעשר שני מעשר עני ואיכא דאמרי אז ער לייגט אריין אין טאש אפילו די פיגול מיט די נותר אזש עס בלייבט קוים איבער פאר די הויזגעזינד - -
מאכט זיך אמאל אז דער מילנער האט געלאזט וויסן אז די מיל וועט נישט ארבעטן די קומענדיגע פאר וואכן ווייל דער פריץ האט אריינגעווארפן אין גרוב אריין זיי פעטערס שבת-גוי'ס אייניקל ווייל זיין הונטל האט נישט אויסגעפאלגט וואס ער האט איהם געהייסן און ער מוז זאפארט פארן אפרעדן דעם פריץ פון דעם שלעכטן טאט, וועט דעריבער נישט זיין קיין מעהל אויף בארכעס פונקט ווי אין די זיבן הונגער יאר אין מצרים ביי פרעה'ן
צו אלע צרות איז דער שוחט קראנק געווארן און די דארפישע קהילה האט נאכנישט געקענט שאפן קיין במקום וועט אודאי קיין פליישיגס נישט זיין צו באקומען אין גאנצן דארף און אומגעגנט.
דער לעצטער קלאפ איז געווען ווען מען איז ארויס איו גארטן איז פינסטער געווארן פאר די אויגן ווייל די קעצלען האבן זיך צואמפערט מיט די לעצט-געבליבענע מויזן וולכע זענען אריין זיך באהאלטן אין קארטאפל קאמער און זיי האבן אנדעקט דעם הויפן קארטאפל האבן זיי גערופן זייערע פריינד אן דורכן אויפגעריסענעם צוים האבן אלע אריינמארשירט און געלאזט די באלאבאסטע אהן דעם לעצטן טרייסט פון קארטאפל אויב כאטש נישט בארכעס זאל כאטש זיין גולאש, צו מזל ליגט דער שוחט קראנק אין בעט האבן די מייז צולעכערט דעם גאנצן זאפאס קארטאפל.
וועט אונזער ליבער באטשי (דער עכטער Bacsi, נישט דער געמאכטער Baachi ודו"ק) מוזן עסן יעצט גרויפן מיט ציבעלע.
Mit lehet csinálni?
וועט איינער קומען און זאגן, באטשי דראגא, איך האב א ראיה אז באמת האסט נישט ליב די גולאש; וועסטו וועלן פרעגן פון וואו ווייס איך? זאג איך דיר, וויל דו זעהסט דאך אז ווען דער מילנער ברענגט נישט קיין מעהל, און דער שוחט שעכט נישט קיין הינדלעך און קארטאפל איז אויך נישטא - עסטו גרויפן מיט ציבעלע צו דער זעט, איז דא געדרונגען - און ער דרייט מיט די פינגער און פיהרט אויס מיט טריאומף - אז דאס האסט באמת ליב. ווייל ווען נישט וואלסטו דאך ליבערשט געדארפט אויסגיין פון הונגער וועט דיין גולאש באנקראטירט. אבער וויבאלד דו ביזט צווישן די אידן וואס האלטן נישט פון יהרג ואל יעבור נאר ענדערש יעבור ואל יהרג און האסט געגעסן עפעס אנדערש ווי גולאש, איז א ראיה אז דאס איז די ריכטיגע עסן.
און ער האט אויסגעפיהרט מיט א גאונ'ישע ראיה פון א מדרש פליאה, וואס דארט שטייט בפירוש אז במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש. און דער באטשי איז טאקע געקומען צום באשלוס אז יענער איז גערעכט, אז ער וואלט זיך געדארפט קענען באגיין אהן די ציבעלע מיט גרויפן. אבער וואס זאל ער יעצט טון אז די גולאש קען מען לעת עתה נישט מאכן און ס'איז דא א חשש אז דער שוחט וועט ל"ע שטארבן אהן יורשים? ער וועט אויסגיין פון הונגער איידער ער וועט טרעפן א תירוץ אויף זיין שאלה.
אזא פנים טראגן דיינע קל וחומר'ס.
און לגופן של דברים. אמאל איז אפשר געווען א שאלה ווער עס איז דער גדול הדור, ווער איז עס דער ווייס-גדול הדור, ווער איז שלישי לגדולה, און אזוי ווייטער מיט די מדריגות ביז די דיוטא התחתונה. אבער היינטיגע צייטן קען א צייטונג - אדער צייטונגען - באטיטלען א פארהעלטנסמעסיג פשוט'ן איד רשכבה"ג, מרן, כ"ק, הגה"ק - דאן ווערט ער געקרוינט אלס גדול הדור, מרנן של הצייטונגען, מען קען מיט דעם זיך נישט קריגן - ס'איז דאך א בפירוש'ער צייטונג! ולא עוד, דער צייטונג אליין איז זיך מודה ומתודה אז מיט יענעם רשכבה"ג קומען אלע מרנן ורבנן זיך דורכרעדן, און יענע מרנן ורבנן זענען די אלופים ושרים אויף אלע כ"ק'ס און אדמורי"ם, און אונטער זיי זענען דא טויזנטער וואס זענען סרים למשמעתם און זענען מקיים דעם ככל אשר יורוך, און ווען עס קומט גוט אויס זאגט מען אז דער גדול הדור איז א געלינקטער, איטר יד, און זיין לינקס איז ימין כל אדם. ומכלל לאו אתה שומע הן, אז זיין ימין איז שמאל כל אדם, והבן היטב.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2006 01:12 |
|
| |
אמת ממי שאמרו Blessed is the man, who having nothing to say, abstains from giving wordy evidence of the fact. George Eliot
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2006 01:15 |
|
| |
ר' משה שערער איז געווען דער גדול הדור, ווייל ער האט ממנה געווען אלע גדולי הדור.
שפעטער איז דאס אריבער צו כל העולם כולו.
היינט פארשטיי איך מאכט חדשות אנש דעם גדול הדור.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 09:26 |
|
| |
נבוכדנאצר, אויף איווריט זאגט מען: קרעת אותי מצחוק............ כ'האב שוין יארן נישט אזוי געלאכט ווי נאכן לייענן דיין פשעטל איבער גוללאש, אזש כ'האב מיך געדארפט איינהאלטן מיט קייטן נישט צו ברעכן די געבאט פון נישט עסן פליישיג'ס אין די "ניין-דעיס", כ'האב געוואלט זאפארט כאפן דעם נעקסטן צוג אין אריבער פארן קיין הודו-נאנאש מיט'ן עקספרעס וואס פארט יעדע פערטל שטונדע פון טיסא-דאדא און קומט אן דירעקט צופיסן'ס פון מימע יענטי-נעיני'ס פערד'ן שטאל וואס דינט היינט אלץ הינער שטייג נאך וואס דער לעצט געבליבענער פערד פון ראמי באטשי'ס ירושה האט אויסגעהויכט זיין איידעלע נשמה במעמד בניו ובנותיו הגאונים הצדיקים לבית אויבער-פאקש [ס'איז געווען א לייף-האק-אפ ביי אונז אין באדאפעסט, אראנזשירט דורך קוילמעוואסער'ס קארעספאדענט פון'ם דוננא], און אראפ טאנצן פונעם קוטשא פארענדיגערהייט ובקול צהלה ושמחה אנקלאפן אינ'ם האלצערנעם טויער פון ארמונד-באטשי'ס אזוי גערופענע ווילא, און מיך זעטיגן צום טויט מיט לפחות פיר טעללער'ס פון די וועלט בארימטע יענטי-נעיני'ס גאלאש וואס גאנץ אויבערלאנד שטורעם'ט יעדן ערב שבת מברכים ווען די רויך פון די בארכעס פארפעסטיגט די לופט פון האלב מזרח אייראפע און גאנץ דרום אמעריקע אזש די ענווייראמענט אקטיוויסטן האבן שוין געוואלט דורך פירן א רעזאלאציע אין'ם יו ען קעגן די אונגארישע רעגירונג פארן נישט קאנפיסקירן יענטי-נעיני'ס הינער-שטייג מיט די גאנצע געמיינדע פון הודונאנאש והגלילות פאר'ן מסכן זי די גאנצע וועלט וועגן אביסל נארישע תאוות האכילה פון די גדולי הדור פון די ארומיגע דערפלעך וואס חנפ'ן זיך שוין יאהרן צו די פאסט טרעגערס פון הודו והגלילות אז זיי זאלן ממליץ טוב זיין אויף זיי ביי יענטי'ן אינדערהיים אז זי זאל חלילה נישט ברוגז זיין און אריבער שיקן פון צייט צו צייט עפעס צום איבער בייסן ווי די גדולים האבן דאס ליב אנצורופן.
בקיצור, ביז כ'האב געהערט די שוידערליכע בשורה איבער'ן שוחט, האב איך שוין פארשטאנן אז גאלאש וועט נישט זיין אין די קומענדיגע פאר וואכן, איז מקוים געווארן ביי מיר וואס די פסוק זאגט שומר פתאיים ה' אז כ'זאל נישט נכשל ווערן מיט די הארבע עבירה פון פלייש און די ניין-דעיז, האב איך מיר געזעצט טראכטן ווער וועט זיין מיין שעת הדחק רבי - גדול הדור לעת הצורך. נו איך טראכט און טראכט, יגעת ומצאת תאמין, סהאט זיך מיר געמאכט א שיינע רשימה:
יעדע רבי וואס איז א בנן של קדושים און פירט א עדה מיט יודן איז קוואליפיצירט אריין צו גיין אין מיין רשימה, ווילאנג עס איז נישטא איבער איהם שלעכטע שמועות וואס האבן א שטארקן יסוד. אבער אויב בין איך אין אמעריקע און איך דארף עמוירדזשענסי א רבי, און ס'איז נישט מעגליך אין די וועלט אז כ'זאל קענען צוקומען צו מיין רבי, וואלט איך געגאנגען לויט דעם סדר: 1. רחמסטריווקא 2. וויזשניץ מאנסי 3. סקווירא 4. צאנז-קלויזנבורג 5. אללע אנדערע רביים ורבנים [דאס האט איבער הויפט נישט צו טאן מיט מעסטונגען, נאר לפי נטיית לבי]
אין מאנטריאל: 1. טאש 2. פאפא רב 3. סקוירא דיין
אין ארץ ישראל: 1. וויז'ניץ [בימים ההם ווען די רבי שליט"א איז נאך געווען בכוחו ה' ירפאהו ויחלימהו] 2. גור 3. צאנז 4. באיאן 5. טשרנובל 6. רחמסטריווקא [ס'מיז נישט זיין בדווקא לויט דעם סדר, ואין מוקדם ומאוחר בתורה, כ'האב נאר געשריבן בערך]
אבער נישט דאס איז געווען די מטרה פון דעם אשכול, נאר צו וויסן ווער איז לכולי עלמא א גדול הדור, כ'האב א לאנגע רשימה פון אמת'ע גדולים וואס זענן פשוט'ע מענטשן אן קיין פאסטן, אבער זיי זענען קדושים וטהורים ממש, איך וועל דאס לאזן פאר א אנדערע געלעגנהייט.
 |
|
|
|
|
|