וואס איז אייער מיינונג?
דארף איך אויסצאלן מיין באלאנס פאר 82, אדער זאל איך טענה'ן אז ווען זיי וועלן יושר'דיג געבן
א חלק פון די אלע געלטער וואס איך מיין טאטע שווער און געשוויסטער און אלע אידן וואס מוזן
איצט אוועקגיין האבן אין די אלע יארן געגעבן פאר 82, דאן וועט מען אויך אויסצאלן דעם באלאנס,
אויב נישט וועט מען דאס געבן פאר די נייע מוסדות, אדער על כל פנים דאס האלטן אין אן עסקראו
(ביי א שלוש) ביז עס וועט אויסגעגליכן ווערן.
לויט וואו איך פארשטיי רעדט זיך דא פון עטליכע מיליאן דאלאר שכר לימוד און נדבות געלטער,
ווייל עוורידזש טאטעס פון 5 6 קינדער אין די מוסדות צאלט איבער 1000 א חודש שכר לימוד, און
טויזנעט מאל טויזענט אין שוין א מיליאן פאר איין חודש אליין, און דאס איז דאך אסאך מער!
אדרבה לאזט הערן אייער מיינונג וואס צו טאן?
|
|