בית פורומים כל העולם כולו

דער פסק: אנאליז און וואס ווייטער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/7/2006 03:09 לינק ישיר 
דער פסק: אנאליז און וואס ווייטער

FAQ וועגן די פסקים


שאלה: וואס איז די פסק פון די 3 מיאריטעט ריכטערס אויף די באראש פסק?

ענטפער: אז באראש האט גוט געפסקנט מיטן זיך אנטזאגן צו באשטעטיגן סיי וועלכע פון די וואלן, ווייל עס באלאנגט נישט פאר א סעקיולער געריכט דאס צו אנטשיידן, ממילא לאזט מען אלעס סטאטוס קווא.


שאלה: וואס איז זייער סברה?

ענטפער: צענדליגע פארגאגענע ענליכע פסקים פון אנדערע געריכטן.


שאלה: האבן די ריכטער קלעריפייט אז דשינא קאהאן איז פרעזידענט?

ענטפער: ניין.


שאלה: פארוואס?

ענטפער: ווייל הא גופא איז א סתירה מיטן עצם פסק, אז דער קארט האט נישט וואס צו אריינרעדן.


שאלה: נו, ווער איז סטאטוס-קווא?

ענטפער פון ריכטערס: מיר טארן אייך דאס נישט ענטפערן.


שאלה: אבער דאך, ווער איז פרעזידענט פון קהל יטב לב?

ענטפער פון ריכטערס: מיר טארן אייך דאס נישט ענטפערן, און ווייג דיך נישט נאכאמאל צו פרעגן.


שאלה: וואס טענה'ט דער מינאריטעט ריכטער?

ענטפער: אז דער באראש פסק זאל מען ארויסווארפן, און נאכמאל דן זיין דעם סיכסוך אין ברוקלין אויפן פרינציפ אז דער געריכט קען יא אריינרעדן און די ענינים.

שאלה: וואס איז זיין סברה?

ענטפער: צוליב פארשידענע טענה'ס. איינס, אז די אהרונים לייקענען דאך דאס ארויסווארפן, ממילא הא גופא צו מ'האט יא ארויסגעווארפן צו נישט קען מען דאך זיכער אנטשיידן מיט רעליגיעז-נייטראלע רולס. צוויי, די אפטייטש פון די שטאטוטן איז א זאך וואס אנדערע געריכטן האט אלס דן געווען. הא גופא צו דער רבי האט דער לעצטער ווארט אויף רוחני איז אויך א זאך וואס קען אנטשידן ווערן מיט רעליגיעז-נייטראלע נו יארק סטעט געזעצן.


שאלה: וואס איז די פסק פון די יונענימוס 4 ריכטער אויף די ראזענוואסער פסק?

ענטפער: אז דער דיד וואס האט טראנספערירט האלב פונעם ביה"ח צו קרית יואל איז בטל.


שאלה: פארוואס?

ענטפער: ווייל לויטן געזעץ מוז דער טרענספער זיין פארן בענעפיט (טובת הנאה) פון דעם מוכר, און עס איז נישט אויפגעוויזן געווארן, אדרבא די פאקט ווייזט אז עס איז געטון געווארן צוליב רעליגיזע קריגערייען, און נישט צו ברענגן פיס אויפן ביה"ח.


שאלה: וואס זאגן זיי וועגן די גאנצע ראזענוואסער דיסיזשען אז דער רבי האט קיינמאל ארויסגעווארפן בערל פר"מ און אז בערל פר"מ איז פרעזידענט?

ענטפער: גארנישט. זיי איגנארירן עס.
 

שאלה: פארוואס?


ענטפער: זיי האלטן אז סיז נישט נוגע. זיי האלטן אז אפי' לו יצויר בערל פר"מ איז פרעזידענט איז דער דיד אויך נישט וואליד.

שאלה: נו, ווער איז בעה"ב אויפן ביה"ח?

ענטפער: סטעטוס קווא - דער ווער עס איז געווען בעה"ב א טאג פארן דיד.


שאלה: אבער ווער? אהרונים צו זאליס?

ענטפער פון ריכטער: האב איך דיר נישט פריער געווארנט אז אונז טאר מיר דאס נישט זאגן? דאס איז די לעצטע טשענס!


שאלה: בקיצור, ווער האט געווינען?

ענטפער: קלאר אז די זאליס, זיי בלייבן אין פול קאנטראל איבער אלעם אין וומ"ס.


שאלה: איז די זאך OVER?

ענטפער: זייער ווייט, ס'האט זיך הערשט יעצט אנגעהויבן.


שאלה: וואס איז נאך דא צו טאן?

ענטפער: זייער אסאך, אזוי פיל, אז מ'דארף אויסקלויבן וואס יא צו טאן אין וואס נישט.


שאלה: נו וואס?

ענטפער:
1. אפילן צום קארט אוו אפילס - וואס דאס לכאורה וועט מען טון, און מ'מוז עס טון, איבערהויפט אז סיז דא א שטארקע דיסענט, און פארלאנגען עפעס פריפיזארישע בעלות אין וומ"ס.
 
2.  די אהרונים קענען זיך ווייטער רופן "קהל יטב לב", און זיך דערקלערן דער "גאנצער" בעה"ב אויפן ביה"ח מטעם וומ"ס, למעשה זענען זיי דארט די סטאטוס קווא, עכ"פ אזוי טענה'ן זיי, אויב די זאליס האבן א פראבלעם זאלן זיי גיין צום סיין בי"ד זאל זיי העלפן ווייל די דשאדשעס ווילן זיך נישט מישן און קיין עסעסקעסקלעקטסעטקעלסטעלעטלעיטער זאכן.

3. דעס סאונט א ביסל פאני, אבער איך האלט אז אויב זיי ווילן טון זייער דראסטיש קענען זיי זיך סתם אזוי ערקלערן אלס "קהל יטב לב" וומ"ס, און פיזיש פרובירן צו איבערנעמען געוויסע בנינים, אפשר נישט דוקא ראדני, ווייל די דשאדשעס זאגן דאך נישט ווער סיז בעה"ב. צו דעם ברויך מען די מידיע און די פאליטישענס.

4. עס קומט אט א כ"ו אב, זייטס גרייט! די אהרונים וועלן מסתמא גארנישט געבן פאר די זאליס, וועט דאס מעגליך ווידער אנקומען צום אראנדש קאונטי געריכט, און איבערטאן דעם זעלבן שפיל ווי ביי ראזענוואסער.

5. סיז דא נאך וואס מען קען נישט שרייבן אין די ראמען פון היידפארק.



תוקן על ידי - מקוה_איד - 12/07/2006 3:16:39



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2006 21:04 לינק ישיר 

Mikve Yid, you misunderstood the intent of this paragarph.

Let me just repeat to you another paragraph from Spolzino, where you can clearly see that he has not taken a position on the issue. He rather thinks that the issue needs to be cleared at a trial.

Whether this provision of the by-laws empowers the Grand Rebbe to remove members… is the crux of the dispute and a subject of intense debate...






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2006 21:09 לינק ישיר 

"Definition of CRUX is "The most important point




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2006 21:35 לינק ישיר 

עוורידש, איך האב דאס געליינט, דארט באציעט ער זיך אויף אן אנדערע פוינט, דארט איז זיין פוינט אז די עצם מציאות אז סיז דא א חילוקי דעות צווישן די צדדים אין די אפטייטש פון די שטאטון, ווייזט אז מ'קען אנטשיידן די סיכסוך אין א קארט. אבער ער לשעצמו טייטש אפ די שטאטוטן אז דער רבי איז נישט בעה"ב, קלאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2006 21:43 לינק ישיר 

Right.

 It's regrettable that he couldn't find a partner on the panel who agrees with his view.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2006 22:02 לינק ישיר 

שוב ראיתי, אז ס'איז נישט אזוי.

ער זאגט בלויז וואס ס'שטייט "קלאר" אין די שטאטוטן און קיינער איז אויף דעם נישט מחולק, דהיינו די פונקציעס פון די באורד מעמבער'ס איבער סעקולארע ענינים. נאכדעם זאגט ער אז די פונקציעס פונעם רבי'ן איז שוין נישט אזוי קלאר. דארט לייגט ער אויס די צוויי צדדים, דהיינו צו די רבי קען אווער-רייטן די באורד אדער נישט. אבער ער זאגט נישט וואז "זיין" מיינונג דערויף איז.

ווען ער הייבט אן IN MY VIEW באציט ער זיך צי דאס וואס די זאגסט, און דאס מיינט ארויסצוברענגן די קומענדיגע דריי פאראגראפן, אז "ער האלט" אז די שאלות קענען אנטשידן ווערן געבויט אויף נעטראלע פרינציפן פון געזעץ.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2006 22:27 לינק ישיר 

http://www.courts.state.ny.us/reporter/3dseries/2006/2006_05580.htm



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער פסק: אנאליז און וואס ווייטער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext