| נשלח ב-12/7/2006 17:09 |
|
| |
אידען! לאמיר זיך מחזק זיין!!
אזוי ווי די פסק איז נעכטען ארויסגעקומען איז געווען אפאר וועגען ווי אזוי מענטשען האבען עס אויפגענומען,
ס'איז געווען מענטשען וואס האבען געהאלטען אינמיטען פעסט ארבעטען, און א חבר האט אריינגעקאלט, יענקל.. האסט געהערט? - ניין וואס? ס'איז ארויסגעקומען די דיסיזשען, זייער שלעכט פאר די ארוינים, מ'זאגט אז........... - נישט קיין חילוק וואס מ'זאגט, פארלוירען איז פארלוירען, מ'שלינגט עס אראפ, די לעבן גיי ווייטער אן......... כ'דארף לויפן כ'וועל רעדן צו דיר. די מענטש האט א מינוט נאכדעם פארגעסן וואס מ'האט אים געזאגט,
ווידעראום איז געווען מענטשען וואס א גאנצען טאג האבען זיי געוויסט אז ס'גייט ארויסקומען די פסק, מ'האט שוין נישט געארבעט א גאנצען טאג זיצענדיג אויף הייד פארק און ריפרעשט א גאנצען צייט, אדער געווען אויפ'ן טעלעפאון און געווארט אויפ'ן פסק,
און אזוי ווי ס'איז ארויסגעקומען און מ'האט געזעהן ווי ביטער ס'איז איז מען אריינגעפאלען און א שרעקליכע מרה שחורה, נערוועיזיטעט, און אראפגעקלאפטקייט,
איך זאל זאגען אז איך פארשטיי עס נישט?. אבסולאטלי נישט!
איך בין אויך געווען פונקט אזוי אנגעזעצט, מ'האט צו מיר נישט געקענט רעדן,
אבער.....
היינט איז א נייע טאג,
די זון האט אויפגעשיינט, אלעס גייט ווייטער אן, מ'דארף עס מקבל זיין באהבה, כל מאן דעביד רחמנא לטב עביד, מ'וועט אי"ה בויען שיינע הערליכע מוסדות, א ריזיג ביהמ"ד, סאטמאר וועט בליען און שיינען אז ס'וועט זיך נישט גלוסטען צוריקצוגיין צו די אלטע חורבות.
ועל כולם......
די ריכטער האבען ב"ה נישט אוועקגענומען פון אונז דעם רבי"ן זאל זיין געזונט.
און ווי לאנג אונז האמיר אזא רבי'ן דארף מען זיך נישט האלטען מיט בינינים און עיניני גשמיות, ס'איז דא א כח, ס'איז דא מיט וואס צו גיין צום טיש ווי אימער און ווען אימער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 19:50 |
|
| |
מה_טובו: די ריכטער האבן פון אונז גארנישט אוועקגענומען, נישט דעם רבי'ן און נישט די בנינים.
די בנינים האבן מיר פארלוירן זיבן יאר צוריק, נישט יעצט.
וואס דען?
זיי האבן אונז נישט "צוריקגעגעבן" די בנינים.
עס איז מפטירין כדאתמול. סטאטוס קווא. די זאליס "אקופירן" די בנינים אין וויליאמסבורג. די אהרונים "אקופירן" דעם ביה"ח אין קרית יואל.
ביז ווילאנג ס'קומט נישט ארויס א נארמאלער פסק פון א געריכט בלייבט אלעס ווי ביז יעצט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 20:03 |
|
| |
וואס זענען די טשענסעס אז די קארט אף אפיעלס דזשאדזשעס וועלן זאגן די זעלבע זאך אז זיי מישן זיך נישט אריין?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 20:13 |
|
| |
איך האלט (איף איט מעטטערס עט אלל) אז די טשאנסן און 'קארט אף אפיעלס' זענען 50/50, מיט דעם אלעם ברויך מען פרובירן, אזוי ווי רביה"ק פלעגט שטענדיג זאגן: "מ'דארף טאהן, נישט אויפטאהן"
א מענטש קען נאר טוהן וואס עס איז ביכולתו, דאס איבעריגע מוז מען זיך פארלאזן אויפ'ן אייבירשטן, מ'מוז אבער טוהן השתדלות.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 20:59 |
|
| |
איך האלט אז אונז דארף מיר גיין ווייטער אין געריכט אבער נישט לייגן צו גרויסע געוויכט אויף די געריכט. אונז דארף מיר ענדערש זיין פארנומען מיט בויען א ריזיגע שול און ריזיגע סקולס. די זאליס זענען די וואס דארפן זיין באזארגט ווייל זיי האבן א 50% טשענס צו דערלייגן 500,000. אונז דארף מיר רואיג זיצן און בויען, און אויב מען געווינט וועט עס זיין א פלאסץ
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 21:01 |
|
| |
די גרעסטע חיזוק איז אז מען ווייסט אז עס קימט פין השי"ת וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד
איך טראכט, אז באמת גייט נאך אין דעם הינזיכט אויך זיין גאר גיט, דהיינו מיר גייען נאך אלעס צריק באקימען {ווי אזוי....? פרעג מיר נישט.. דער אייבירשטער האט געניג וועגן,.. מיר דארפן אים נישט געבן קיין עצות} נאר די סיבה פארוואס מיר האבן נעכטן געכאפט די פראסק איז געווען, ווייל מיר האבן זיך ציפיל פארלאזט אויף מעשי ידי אדם, דהיינו גיטע לויערס, א שטארקע קעיס, אפעלאט קארט נישט ברוקלין, וכדומה
האט מען געוויזן פין הימעל, אז ניין, מען דארף אנקימען צי השי"ת אין אז נאר אויף אים קען מען זיך פארלאזן אין נאר אויף אים דארף מען זיך פארלאזן
איך בין נישט קיין רב/דיין/שיינער איד, צי קענענן זאגן סיבות פארוואס זאכען געשען
אבער איך גלייב אז דער אמת וועט סוכ"ס ארויפשווימען, אין עס קען נישט זיין אז דורוך טרעטען אויף די תורה מיטען נישט וועלן גיין צי די"ת זאל ארויס קימען גיטס. א זאך וואס איז קעגן די תורה איז נישט קיין ניצחי. ממילא האלט איך אז דא ביי אונז וועט זיין די זעלבע אז סוכ"ס וועט מען זען די חסדי השם אין די וואס האבן אויסגעקליבן צי גיין אין קארט אנשטאט צי וועל קימען צי די"ת וועלן נאך חרטה דערויף
תוקן על ידי - kj_village - 12/07/2006 21:07:24
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 21:56 |
|
| |
מיין מיינונג איז, אז אונז טארן זיי נישט אפלאזן ביז זיי קומען נישט צו דין תורה.
אונז דארפן ווייזן אז פון נישט גיין צו דין תורה געווינט מען נישט!
זאל עס נעמען ווי לאנג סנעמט, קאסט וואס קאסט, אונז טארן נישט סטאפן!
פארשטייט זיך אז דערווייל דארף מען אויך בויען מוסדות און א גרויסע שול און אלעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2006 18:55 |
|
| |
_______________ משוגעים _______________ פארוואס מיין טיירע פריינט מה טובו האבן נישט די הנהלה גענומען די געלט און אויפגעבויעט מוסדות נאר געגאנגען און זיך געשלאגן אמת טאקע זיי זענען נישט גערעכט אבער פארוואס האט מען נישט גענומען די געלט און געבויעט
____________________________________________________________________________
דאס האב איך געענטפערט:
די ביסט א איד און די הויכע צוואנציגער יארן, ב"ה דער אייבישטער העלפט און די האסט די מעגליכקייט צו קויפן א נייע דירה, די שפרינגסט אריין מ'שלוסט די געשעפט,
ס'גייט דורך אפאר יאר און פארשטייט זיך די הכנסות ווערן ב"ה ביי דיר בעסער די קומסט גאנץ גוט אויס צו באצאלען דיין מארגעטש און שכ"ל, און אלע אלע ביללס, האסט אפילו עקסטער און די ערלויבסט דיר צו קויפן שיינע זאכען פאר דיין נייע דירה, אזוי אז ביז 6 יאר איז דיין דירה שוין נישט צום דערקענען, ס'איז פיל מיט טייערע זאכען ארום געלייגט די גאנצע הויז.
ס'גייט דורך 10 יאר וואס אינדערצווישען האסטו שוין 3 מאל געפעינט, 2 מאל געסקרעיפט, צוגעבויעט א ריזיגע פארטש, און אויך א אריינגעבויעטע סוכה, אויפגעפיקסט די בעיסמענט, האלב פון די בעיסמענט האסטו געמאכט פאר א דירה ווי די לייזט יעדע חודש א נישטיגע אלף'ל.
ס'איז געווען יענע זומער, די קומסט אהיים פון קאנטרי, והנה! דיין טענענט זיצט ביי "דיר" אין די דירה און פירט מעשה בעל-באאס, די גייסט צו צו אים, "יענקל וואס גייט פאר?" ער ענטפערט דיר נישט מער און נישט ווייניגער "פון היינט און ווייטער איז דעיס מיין הויז, אז די ווילסט וועל איך דיך לאזען וואוינען אונטען אין בעיסמענט, און אז נישט וועל איך דיך ארויסווארפען אויפ'ן גאס און און איך וועל דיר אפילו אוועקנעמען דיין ביזנעס, וועסט בלייבן בעירום ובחוסר כל".
יעצט טייערע "משוגעים" וואס וואלסטו געטון אזא צייט?
איך בין זיכער אז די וואלסט נישט גערוהט נאר אים גערופן צו די"ת, און אז ער פייפט זיך אן אויף די תורה וואלסטו געלאפן אין קאורט היתכן ער רוקט זיך אריין אין "מיין" הויז, כ'האב אריינגעלייגט דערון שווערע געלטער, און ווארפט "מיך" ארויס?!
און לאמיר גיין ווייטער,
ווען די וואלסט פארלוירען די קאורט, וואס וואלסטו געטון? וואלסט געטראכט פארפאלען? אז די קאורט זאגט אויך אז ס'איז נישט מיין אפשר איז צייט טאקע איינצוזעהן אז "מיין" הויז איז נישט "מיין" און לאמיך גיין אנהייבען פון דאסניי זוכען, קויפען, קלאזען, אריינלייגען נאך געלט?!!
זיכער אז נישט!
נאר וואדען? וואלסט געלאפען פון איין קאורט צום צווייטען ביז די וועסט אויפווייזען פאר די קאורט אז זיי זענען נישט גערעכט נאר די הויז איז "דיין".
יעצט וויל איך דיך פרעגן א פראגע מיין פריינד.
פארוואס לוינט זיך צו גיין און קאורט, רופן צו די"ת, און נאכדערצו ווען די זעהסט אז די פארלירסט גייסטו צום אפעלאט, און די דרייסט איבער א גאנצע גאס? וואלסט פון די ערשטע מינוט ווען די קומסט אהיים פון קאנטרי און די זעהסט אז איינער זיצט און "דיין" הויז, הייב פיס און לויף אוועק! פאנג אן "שוין" צאמצוקראצען געלט פאר א נייע דירה!
(ביטע ענטפער מיר א קלארע תירוץ)
תוקן על ידי - מה_טובו - 17/07/2006 19:01:27
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2006 21:34 |
|
| |
מה טובו הערליך
און וואס וואלט געווען ווען נאך 5 יאר זיך שלאגן אין קארט אין משוגעים זעט אז ער שטייט אויס צו פארלירן די אפעלאט און דער טעננעט וויל פארהאנדלען דהיינו ער וועט אים געבן צוויי קליינע צימערען אין בעיסמענט מיט א טוילעט און לכבוד דעם דארפ ער אינטערשרייבן אז ער איז פולי באלבאס אין זיין הויז וואלט ער נישט געדארפט פארהאנדלען ווייל יעצט האט ער גארנישט?
אזוי האט מיר א זאלי וואס פרקויפט זיך אלץ אן ארויני בערך געזאגט
אז די מעשה פאריגע וואך פון די פארהאנלונגען איז געווען אז זאלי האט געוואלט געבן א בילדינג אין סענז סטריט (איינער ווייסט פון וואס ער רעדט?) מיט נאך עפעס א בילדינג אין יצחק ראזענבערג האט נישט געוואלט יעצט שרייט ער אז יצחק ראזענבערג איז סתם א.... ווייל יעצט האבן אונז גארנישט אין ער טעהנעט אז דער קארט אוו אפיעלס גייט קיינמאל נישט קעגן א אפעלאט דעסידזשאן און סאיז פארטיג איי אויב אזוי וואס דארף מען א קארט אוו אפיעלס?..
שכח מה טובו יעצט האב איך אים צו ענטפערען
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2006 22:42 |
|
| |
ווען מ'קוקט אן די גאנצע מחלוקה פון די (און ריכטיגע) קוק ווינקעל איז די גאנצע זאך אנדערש.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 18:06 |
|
| |
איך לייג דא איבער עפעס וואס איך האב געשריבן אין די תקופה תיכף נאכן הסתלקות פון רבי'ן ז"ל, נאך'ן ערשטן שבת אין וומ"ס מיטן רבי'ן שליט"א, אין די שבעה...
דאס האב איך דעמאלטס געשריבן און עס איז אקטועל פאר דעם אשכול:
חברים,
מיר ברויכן זיך נישט פארענטפערן פאר קיינעם פארוואס דער רבי וואוינט אדער דאווענט ווי אימער, אויב ס'שמעקט איינעם נישט קען בדרך כבוד גיין צו ר' זלמן לייב, קיינער וועט איהם נישט טשעפען.
די פאקט איז אז מיר האבן נאך עני טיים אזויפיל חסידים ווי ר' זלמן לייב אין וומ"ס, און מיר האבן אלע רעכטן צו ערווארטן אז אונזער רבי זאל קומען צו אונז און זיין בתוכינו, ספעציעל אין אין א שטאט וואס וואוינען פיל מיט רבי'לעך און חסידות'ן, מיר האבן אלע רעכטן זיך צו בויען אן אייגן ביהמ"ד אין מוסדות, און אויב איינער האלט אז מ'טוט עס כדי צו טשעפען, איז עס זיין פראבלעם.
דאס אז דער רבי דאווענט און א טענט אז פאר אונז אלס א סאטמארע חסידים פון די קלענסטע פראבלעמען, יא, איך וואלט זיכער געקענט באשטיין אז מיר זאלן שוין האבן בנינים, פשוט אלס געלט אויס און פראקטישקייט, וואס פאר דעם פונקטליך זעמיר און קארט, אונז פארלאנג מיר נישט פון קארט אז מ'זאל קרוינען דער רבי אלס סאטמאר רבי אדער מ'זאל ארויפצווינגען איינעם צו ווערן א סאטמארע חסיד, אונז פארלאנג מיר בלויז אונזערע נכסים.
אויב זיי לייגען זייער גאנצע האפענונג אויפן דעם אז מיר זענען יעצט אין א טענט און מ'האמיר נישט קיין בנינים זענען זיי אויף געהאקטע צרות.
לאמיר אנעמען אז מ'וועל מיר פארלירן אין קארט אלעס:
וויל איך פרעגן א פראגע, אין 3 יאר ארום (איך זאג 3 יאר ווייל דאס מיין איך איז א כו"ע מודה, אבער עס קען מעגליך זיין פריער), וואס זענען די טשענסעס אז דער רבי זאל נאך דאווענען אין א טענט? ZERO
וואס זענען די טשענסעס אז מיר זאלן נישט האבן א שיין ריזיג ביהמ"ד אין וומ"ס גרעסער ווי ראדני? ZERO
וואס זענען די טשענסעס אז מיר זאלן נישט האבן קיין מוסדות פאר אלע עידשעס פון טויזענטער קינדער? ZERO
וואס זענען די טשענסעס אז דער רבי זאל נישט האבן א שיין ריזיג אייגן הויז אין וומ"ס? ZERO
עס איז נישט דא קיין מציאות בעולם אז ר' זלמן לייב זאל קענען שטערן סאטמאר צו קויפן וויפיל בנינים עס שמעקט רעכטס אויף לינקס.
איך האלט נישט אז עס איז לעבנסוויכטיג אז מ'זאל ממש שוין תיכף ומיד כאפן און צאמקויפן בנינים און שוין האבן אלעס, אויב עס וועט געדארען 2-3 יאר און מ'וועט עס טוהן צוביסלעך מיט מער ישוב הדעת, בין איך פערפעקטלי צופרידן.
דאס האב איך דעמאלטס געשריבן.
ווי עס קוקט אויס האב איך עס היבש אינטערגעשאצט, יעצט שטעלט זיך ארויס עס וועט געדארן סך שנעלער ווי 2-3 יאר, מיטן כח פון רבי'ן שליט"א ובזכותו של אבינו רועינו רבינו משה בן חיים צבי וועט ער זיכער מתפלל זיין פאר זיינע תלמידיו הקריים בנים, אונז זאל מיר קענען אויספירן רצונו הק' און אויפשטעלן אן אפאראט, פאר תורה וחסידות עביגוא"צ...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 19:28 |
|
| |
וואויל פאר אונזער קהלה פאר אונזער רבי'ן שליט"א צו האבן אזעלעכע קלוגע פארשטענדליכע מקוה אידן
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 19:37 |
|
| |
לאמיר נישט פארגעסן אז ד איינציגסטע ציל פון די זאליס איז אונז ציקלאפן. איינמאל זיי וועלן זען אז אונז זעמער צו שטארק און מ'קען אונז נישט קלאפן, וועלן זיי אלע צוריק אריינלויפן אין די מייזן לעכער, דארט ווי זיי זענען געווען די לעצטע 20 יאר. דא איז נישט ווי באבוב וואו די חסידים האבן דיך צוטיילט, ביי אונז זענען די חסידים אויף איין זייט און די לאנג יאריגע שונאים אויף די אנדערע זייט. די שונאים זענען ארויסגעקומען פון די לעכער וייל זיי האבן געמיינט אז מ'קען אונז קלאפן. איינמאל זיי וועלן זען אז אונז זעמער צו שטארק און מ'קען אונז נישט קלאפן, וועלן זיי אלע צוריק אריינלויפן אין די מייזן לעכער, דארט ווי זיי זענען געווען די לעצטע 20 יאר.
time is on our side
|
|
|
|
|