בית פורומים כל העולם כולו

אויפקלערונג איבער'ן הליכה לערכאות אין ב"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/7/2006 02:30 לינק ישיר 
אויפקלערונג איבער'ן הליכה לערכאות אין ב"ב

אין די פאלגנדע שורות וועט אין קורצן ארויסברענגט ווערן די טרוקענע שוידערליכע פאקטן בנוגע די לעצטיגע שערוריה, ווען די טרויעריג בארימטע כת מסרבים לדין האבן זיך ליידער דערקייקלט און געווארן הולכים בערכאות רח"ל, אריינגעבנדיג נידערטרעכטיגע קלאגעס אינעם "ציוניסטישן געריכט" אנטקעגן הנהלת מוסדות סאטמאר-בני ברק יצ"ו


השתלשלות הענינים:


מיט אפאר יאהר צוריק האבן די טרויעריג בארימטע כת באשלאסן זיך צונעמען איבער די קהילה נאה וחסודה ד'סאטמאר בני ברק, אַ זעלטן חשוב'ע און באשיידענע קהילה קדושה מיט אלע צוגעהערן ברוחניות ובגשמיות, און באזונדער איז זי אויסגעצייכנט מיט איהר אהבה ואחוה ושלום ורעות מיט אן אויסערגעווענליכן אחדות און ווארימקייט.

אבער ווי קען דען דער שטן המשחית צוזעהן די פראכט פון אזא שיינע קהילה ווען נאך דערצו זענען רוב רובם תלמידים וחסידים פון רבותה"ק אדמור"י סאטמאר מיט אַ זעלטענעם הכנעה און התקשרות, דערפאר האבן די ראשי הכת באשלאסן אריינצושטעכן אויך דארט זייערע נעגל, און האבן אויסגערופן אַ מלחמת חרמה קעגן די ארטיגע הנהלת המוסדות והקהילה.

גניבת נכסי ציבור*:
צום ערשט האבן זיי זיך געוואנדן צו די "אפיס אוו קאפארעישאנס" (רשם החברות), און דורך פאלטשע וועגן איבערגעשריבן די שיכון קרית יואל פון בני ברק אויף זייערע נעמען, דערמיט האבן זיי געוואלט גזל'ן די נכסי הציבור און ווערן דערויף בעלי בתים, און אזוי אנצוקומען צו זייערע בייזוויליגע פלענער, ה"י.

גלייך ווען די מעשה גזילה איז באוואוסט געווארן פאר די הנהלת המוסדות, האט דער באגאבטער מנהל המוסדות הרב החסיד המפו' ר' משה חיים ווייס שליט"א גענומען די נויטיגע שריט און אריינגעשיקט אַ בריוו פאר'ן מנהל פונעם אפיס וואו ער האט איהם אויפגעקלערט און געלאזט וויסן אז אומבארעכטיגטע מענטשן האבן געמאכט שינויים אין די ראמען פון זיין אפיס, און אזוי ארום איבערגעשריבן פאלטש אנדערע נעמען אויפן בעלות פון די שיכון קרית יואל אין ב"ב.

די פארוואלטונג פון די אפיס האבן - הערנדיג די שוידערליכע פעלטשערייען - אויפן פלאץ איינגעפרירט די קאפארעישן "שיכון קרית יואל בע"מ" פון יעדן קליינעם שינוי וזיז כל שהיא אן קיין געריכטליכן באשטעטיגונג.
*:namespace prefix = o />


וואס מיינט דאס "אפיס אוו קאפארעישן"



עס איז וויכטיג צו אנמערקן וואס איז די טייטשט און מיינונג פון די "אפיס אוו קאפערישנ'ס", אין די דאזיגע אפיס זענען איינגעשריבן אלע קאפערעישנ'ס אין ארץ ישראל און די נעמען פון זייערע לעגאלע בעלי בתים און מנהלים, עס איז איבעריג צו באטאנען אז די דאזיגע אפיס מיט איר פארוואלטונג האט נישט קיין שום גריכטליכע קראפט, אזויווי זיי אליין רופן זיך אלס "רישום דעקלארעטיבי" דאס מיינט: אז זיי זענען די וואס האלטן ביי זיך פארשריבן אלע איינגעגעבענע פרטי הבעלות איבער די קאפערעישנ'ס, אבער זיי האבן אויסדריקליך נישט קיין שום געריכטליכן כח און סמכות צו פסק'נען אדער באשליסן ביי קיין שום ספק אדער סכסוך אינערהאלב די קאפארעישנ'ס.

די פאליסי פון די דאזיגן אפיס איז, יעדער מענטש וואס קומט באגלייט מיט אַ אדוואקאט וואס נעמט אחריות אויף זיינע געשריבענע דאקומענטן, קען טוישן, צולייגן, און אראפנעמען די נעמען און פרטים פון די בעלות איבער סיי וועלכן קאפארעישן, און די פליכט פון די מנהלים פונעם אפיס איז נאר דאס צו מעלדן פאר די ביז יעצטיגע בעלים.

און דא וויבאלד די צד שכנגד האבן דורך פאלשע וועגן געטוישט די פרטים איבער די קאפארעישן "שיכון קרית יואל בע"מ", האבן די פארוואלטונג פונעם אפיס אוו קאפארעישן - ווי זייער פליכט –איינגעמאלדן פאר ר' משה חיים הי"ו איבער די נייע שינויים, און ער האט גלייך געדונגען אַ אדוואקאט אפצווארפן די מעשה גזילה און מעלדן פאר די מנהלים פונעם אפיס אז די שינויים זענען געמאכט געווארן אומלעגאל, די פארוואלטונג האט - ווי זייער פליכט אין יעדן אזא פאל - גלייך איינגעפרירט דעם קאפארעישן פון צו קענען מאכן אין איהר אַ מינדעסטע שינוי אן קיין געריכטליכן באשטעטיגונג.

אויך שפעטער ווען די צד שכנגד האט ווידער פראבירט צו מאכן נאך שינויים אינעם קאפארעישן האט ר' משה חיים הי"ו זיך נאכאמאל געוואנדן - דורכ'ן אדוואקאט - צו די מנהלים פונעם אפיס בעטנדיג אז זיי זאלן זיך האלטן צו זייער אייגענע החלטה אז די קאפארעישן זאל זיין איינגעפרוירן פון יעדן שינוי ביז די באשלוס פון די געריכט.     


טייל פון די מניעות ומכשולות אנטקעגן מוסדות סאטמאר ב"ב



אין לויף פון די צייט דערנאך האבן די כת מיט זייערע שלוחים לדבר עבירה אנגעהויבן אַ רייע פינסטערע אקציעס צו שטערן די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די סאטמארער מוסדות אין ב"ב, צום ערשט האבן זיי איינגעגעבן אַ שטרענגן פארלאנג אין די שטאט-ראט אפצושטעלן די פראכטפולע איבערבוי פונעם בנין התלמוד תורה וועלכע האלט אינמיטן זיך בויען לשם לתהילה ולתפארת בית ה' (נדבת לבו פון הרבני הנגיד המפואר מוה"ר חיים לאקס הי"ו פון וויליאמסבורג).

זיי האבן געבויט זייער פארלאנג אויף בייזוויליגע טענות, ווי כאילו זיי זענען די בעלי בתים אויפן שיכון און לויט זייער שאצונג פעלט נישט אויס צו פארגרעסערן די בנין התלמוד תורה (הערט און שטוינט דאס האבן איינגעגעבן אידן שומרי תו"מ צוליב תאוות השררה).

מיט סייעתא דשמיא האבן די שטאט-ראט אפגעווארפן זייער פארלאנג, באטאנענדיג אז זיי קענען נישט די נייע בעלי בתים, און ביז ווילאנג זיי וועלן נישט באקומען קיין געריכטליכן תוקף ווערן זיי נישט איינערקענט ביי זיי אלס בעלים, נאר זיי וועלן ווייטער האנדלען נאר מיטן לאנג-יעריגער באגלייבטער מנהל המוסדות והשיכון הרב משה חיים ווייס שליט"א, און אזוי גייט מען ווייטער אן מיטן אויפבויען די בנין הת"ת.

נאך די דאזיגע דורכגעפאלענע פראבע האבן די כת ווייטער נישט איינגעריהט און אלס געזוכט מיטלען און וועגן מיט וואס אימער צושטערן די ווייטערדיגע וואוקס פון די הייליגע מוסדות און די קהילה, זיי זענען געזעצן און מטכס עצה געווען הבה נתחכמה לו פן ירבה, און פראבירט אונטערצולייגן מכשולות אויף יעדן טריט או שריט, ווי מיר וועלן אַ טייל פון זיי שילדערן אין פאלגנד:




אזויווי זיי האבן געהערט אז די הנהלת המוסדות האבן איינגעגעבן אַ פארלאנג אין די שטאט-ראט צו באקומען אַ היתר בניה (פערמיט) צו אויפבויען פרישע וואוינונג דירות אויפן לעצט-פארבליבענעם שטח אין שיכון, האבן די רשעים זיך גענומען צו אַ מאסיוון אקציע אפצוהאלטן די בוי-ערלויבעניש, זיי האבן דערביי משקיע געווען צענדליגע טויזנטער דאלער (!), געדונגען די גרעסטע און געניטע לאיער'ס, און פאברענגט לאנגע שעות אין די שטאט-ראט אלס נאר זיי אפצוהאלטן פון געבן די פערמיט'ס פאר די סאטמארער מוסדות וועלכע ווילן (ח"ו) בויען וואוינונג דירות פאר די בני הקהילה וועלכע זענען נויטיג אויף דירות און קוקן ארויס דערויף.




וכי יד ה' תקצר? אויך ביי דעם איז בחסדי השי"ת צוטראסקעט געווארן זייערע פלענער, און טראץ די שטארקע באמיהונגען און אומאויפערליכן טעראר וחילול ש"ש מיט וועלכע די אויבנדערמאנטע כת איז אנגעגאנגען קעגן די שטאטראט א.א.וו. צו פארמאדן די בוי-ערלויבעניש פאר חסידי סאטמאר, איז אבער ווידער זיי נישט געלונגען צו שטערן די הרחבת גבולי הקדושה, און די גרויסע זכות פונעם מייסד המוסדות רבינו הקוה"ט זי"ע האט מגין געווען און צובלאזן זייער מחשבה רעה, און זה לעומת זה האבן די הנהלת המוסדות זיך גענומען צום בויען אויפן שטח מיטן פולסטן טעמפא.

אבער ליידער הרשעים כים נגרש השקט לא יוכלו, און אויך נאכדעם האבן זיי זיך די נידערטרעכטיגע רשעים גענומען פלאנען וויאזוי צו ממשיך זיין מיטן ציהל חרוב צו מאכן די קהילה, און אן קיין שום היתר און אן קיין שום בושה האבן זיי גערופן די שטאט-ראט אין ערכאות (עס איז מערקוועדיג אז די שטאט-ראט באשטייט רובם ככולם פון פרומע אידן שומרי תו"מ), און איינגעגעבן אַ פארלאנג אז די געריכט זאל אפשטעלן די בוי-ערלויבעניש וואס די שטאט-ראט האט געגעבן פאר די הנהלת המוסדות, און זאפארט זאל די מוסדות באפוילן ווערן אפצושטעלן די בויען אויפן שטח.

די לויער פונעם כת האט געטענה'ט ווי כאילו די שטח געהערט פאר זיי און די שטאטראט האט נישט געטארט אוועקגעבן די בוי-פערמיט פאר די הנהלת המוסדות, אזוי אויך האט ער געטענה'ט אז די מוסדות טאר נישט בויען קיין וואוינונג-דירות פאר די בני הקהילה, אין אנדערע ווערטער עס שטערט פאר די כת די בליה און וואוקס פון די גבולי הקדושה, נישט ווייל זיי ווילן צו קענען דארט בויען נאר גם לי גם לך לא יהיה, עפ"ל.

די כת האבן געוואלט דערמיט אויסארבעטן אַ אונטער טיהר וויאזוי אריינצושלעפן די הנהלת המוסדות אין געריכט אן זיי צו רופן פרעזענליך ובגלוי, און זיך מתיר זיין וויגלייך זיי האבן נאר גערופן די שטאט-ראט און נאר זיי דארפן ענטפערן אויף זייער פארלאנג.

אבער לב מלכים ושרים ביד ה', און דער ריכטער האט אבער זיך נישט געלאזט און געזאגט אז אויב זיי האבן עפעס אַ ריכטיגן טענת בעה"ב מוזן זיי אריינגעבן אַ נארמאלע תביעה אין געריכט אקעגן דער איצטיגער מנהל המוסדות, און דאס קען נישט געטהון ווערן אונטערן שלייער פון די שטאט-ראט, דער ריכטער האט אפגעווארפן אלע זייערע פארלאנגען, און געגעבן די מעגליכקייט פאר די הנהלת המוסדות אנצוגיין ווייטער מיט די הרחבת גבולי הקדושה און פארזעצן מיטן בויען די דירות פאר די בני הקהילה.

ווי נאר דער ריכטער האט ארויסגעגעבן זיין פסק, האבן די ראשי הכת שוין אויפן ארט אינדערויסן פונעם בית המשפט צושריגן מיט קולי קולות, און געשוואוירן מיט האס פאר די עסקני הקהילה אז זיי וועלן ווייטער פראבירן מיט פרישע מיטלען צו שטערן דאס בויען דורכ'ן געריכט ה"י.

ווי פארשטענדליך האבן די בני הקהילה און הנהלת המוסדות אביסל אפגעאטעמט, מ'האט געלויבט צום באשעפער אויף זיינע גרויסע חסדים, און גלייכצייטיג געבעטן און געהאפט אויפן עתיד שלא ינוח שבט הרשע, און די ראשי הכת זאלן נישט קענען ח"ו אויספיהרן זייערע ווייטערע בייזע פלענער קעגן די מוסדות הק'.


הליכה בערכאות ללא היתר בי"ד

ג' סיון -      אין די טעג פון שלשת ימי הגבלה וועלכע זענען טעג פון הכנה דרבה צו קבלת התורה, איז דאס יהדות החרדית איבער דער גאָרער וועלט געכאַפּט געוואָרן אין טיעפן שאָק פון די מעשה נבלה וואס לאָזט זיך נאָכנישט גלויבן; דאָס האַרץ האָט פאַרפעלט א קלאַפּ און די געפילן זענען ווי אָפּגעשטאָרבן אויף טויט. עס בלוטיגט די פעדער און ס'איז בכלל נישט פאַראַן די ריכטיגע ווערטער צו שילדערן דעם אומגלויבליכן און גרויליגן אַקט, ווען אזוי-גערופענע תלמידים וחסידים פון רבינו הק' בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע האבן אַריינגעגעבן אַ קלאַגע אין "ציוניסטישן געריכט"!

נישט די שטאט-ראט, נישט די גובערנאַטער, נישט כופרים ואפיקורסים, און נישט מסיתים ומדיחים. ניין! נישט די אַלע מענטשן האבן זיי געקלאָגט אין געריכט, זיי האבן זיך בכלל נישט געזוכט צו באַהאַלטן אונטער קיין שום שלייער און מאַנטל, נאָר מ'האָט אויפגעהויבן א האַק אויף די תורה הקדושה און געקלאָגט אין געריכט דעם באַליבטן מנהל המוסדות, הרבני החסיד המפורסם מו"ה משה חיים ווייס שליט"א, דער לאַנגיעריגער מנהל המוסדות ומנהל שיכון קרית יואל אין בני ברק, וועלכער איז פון די איינציגע וואָס זענען נאָך נתמנה געווארן אויף דעם הייליגן תפקיד דורכ'ן מייסד המוסדות, מרן רבינו הקוה"ט מסאטמאר זי"ע. יאָ, ליידער אים פערזענליך האָט מען געקלאָגט אין געריכט.


דער באַליבטער מנהל המוסדות הרב משה חיים הי"ו האט באַקומען א "סובפינע", באַגלייט מיט העסליכע און שוידערליכע קלאַגעס וואו די "תובעים" פאַרלאַנגען א "עמערדזשענסי סטעי", הלמאי דער מנהל המוסדות טוט זיין פליכט און גייט אָן מיט די בוי פון די קרי' להרחיב גבולי הקדושה.


צומארגנס ד' סיון - האט דער ריכטער אפגעווארפן זייער ערמערדזשענסי פארלאנג, און האט באשלאסן דאס אנצונעמען אלס געהעריגע פארלאנג, און געגעבן ווי געזעצליך אַ צייט פון צוואנציג טעג פאר הנהלת המוסדות צו ענטפערן אויפן פארלאנג פונעם צד שכנגד.




נאך יו"ט שבועות האט זיך דער מנהל המוסדות הרב משה חיים הי"ו געוואנדן צום חשוב'סטן אומפארטייאישן בית דין אין ארץ ישראל, די בי"ד קבוע ומומחה פון הגאון הגדול המפו' רבי נסים קארעליץ שליט"א, און איהם פארגעלייגט די מצב הענינים אז ער ווערט געקלאגט אין געריכט שלא ברשות בי"ד, אן וואס ער זאל האבן באקומען פון פאראויס אַ הזמנה לדין תורה וכדומה, די דיינים שליט"א זענען ערשטוינט געווארן פון די מעשה נבלה, און האבן געהייסן פאר ר' משה חיים הי"ו צו חתמנ'ען שטרי בירורין אז ער איז גרייט צו שליסן די ענין ביים בית דין כדרכה של תורה, ווי פארשטענדליך האט ר' משה חיים גע'חתמ'ט אוף די שטרי בירורין.




י"ב סיון - האט די דיינים פונעם בי"ד פון רבי נסים שליט"א ארויסגעשיקט אַ בריוו צום תובע בערכאות מענדל ו. פון ירושלים, וואו זיי אסר'ן איהם בכל תוקף דאס גיין אין ערכאות, און פאדערן איהם זאפארט צושיקן צום בי"ד די דאקומענט ווי ער ציהט צוריק פונעם תביעה, ביז מאנטאג ט"ז סיון. (זעה בריוו פון בי"ד, פאטאגראף נומ. 1)



תוקן על ידי - jhhoruyr - 13/07/2006 2:39:23



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/7/2006 02:43 לינק ישיר 

און דאס איז געשטאנען און דער איד פאריגע וואך איז דא אן עד פון די זאלי בית דין אזוי היות שבעוה"ר נפרץ הרבה ההליכה לערכאות של עכו"ם וסומכים בהיתר שקבלו על זה. לכן באנו להודיע בשער בת רבים אשר בקהלתינו הקדושה לא יתקבל מהוים והלאה שום היתר ללכת להתדיין לערכאות של עכ"ם אלא בכתב משלשה דיינים מובהקים ומפורסמים הוישבים על מדין. והשומע לדברינו תבוא עליו ברכת טוב. באעה"ח יום ד' קרח תשס"ו לפ"ק נאום: ישראל חיים מנשה פרידמאן ראב"ד נאום: שלמה יהודה וויינבערגער נאום; יקותיאל יהודה פילאפף נאום: חיים דוד כץ דברי הבית דין צדק אין צריכים חיזוק, אחרי שענין הליכה בערכאות של עכו"ם נפרץ בעוה"ר, וחומר הענין ידוע ומובאר בשו"ע, ועלינו לעשות משמרת להוסף גדרים וסייגים לדין תורתינו הק'. הק' יקותיאל יהודה טייטעלבוים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 02:25 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אויפגעהאנגען אין די גאסן אין ירושלים - בני ברק.
1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 02:34 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 02:36 לינק ישיר 

מצורף קובץ

3



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 02:40 לינק ישיר 

מצורף קובץ

מחאה פון קהל יטב לב דסאטמאר בוויליאמסבורג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 02:42 לינק ישיר 

מצורף קובץ

מחאה פון קהל יטב לב דסאטמאר - בני ברק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 02:42 לינק ישיר 

מצורף קובץ

מחאה פון מרכז המוסדות ד'סאטמאר בני ברק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 03:05 לינק ישיר 

די גרעסטע וויץ איז אז 163 ראדני די טשאמפיאנעס פון קאורט געבן ארויס א מחאה אקעגען די קאורט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2006 19:14 לינק ישיר 

מצורף קובץ

קאמענטארן זענען איבעריג

1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2006 19:16 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2006 19:33 לינק ישיר 


וואס זאגט די בד"צ העדה החרדית צי די גאנצע זאך??
האבן זיי שוין עפעס געטיען דערין???


ביטע רעדן מיט כבוד אין רעספעקט, הזהרו בכבוד ת"ח!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2006 20:36 לינק ישיר 

דער רבי שליט"א
האט נעכטען געזאגט ביי זיין דרשה

"עס איז דא מוחים אין ארץ ישראל עס איז דא מוחים דאהי און זיי זענען מוחה, יעצט האבן זיי אנגענומען א שטימעניש"

וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2006 21:29 לינק ישיר 

פאטאקי, די ווערטער וואס דו האסט נאכגעברענגט זאגן אלעס.

אין אנדערע ווערטער: אקעי כ'פארשטיי אז דו ביזט מוחה ווען איך טו אן עבירה. איך רעספעקטיר דיין מיינונג.

אבער וואו זענען יעצט מיטאמאל פארשוואונדן געווארן די אלע מוחים? וואס הערט מען נישט פון זיי קיין מוק?

איז די תורה געגעבן געווארן נאר פאר סאטמאר? און פאר סיגעט נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אויפקלערונג איבער'ן הליכה לערכאות אין ב"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext