בית פורומים כל העולם כולו

סאטמאר געווינט ערשטער טעסט ביים בית החיים!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/7/2006 18:11 לינק ישיר 
סאטמאר געווינט ערשטער טעסט ביים בית החיים!

די ערשטע Showdown וואס די זאליס האבן פראבירט צו מאכן ביים בית החיים, האט זיך געענדיגט מיט א ביטערע קנאקעדיגע דורכפאל פאר די זאליס היינט אינדערפרי.

עס גייט שוין אן אזוי זייט פרייטאג. די זאליס האבן געשיקט מעסעדזשעס און געסטראשעט משפחת בערגער וואס האט געטרויערט נאך זייער טאטן, אז מען גייט זיי נישט לאזן לייגן קיין מציבה אויפ'ן פרישן קבר פון זייער טאטן, וויבאלד ער איז געווען פון די זקני חסידים פון סאטמארן רבי'ן שליט"א. נעכטן נאכט האבן זיי געמאלדן אז זיי גייען ברענגען גארדס ביים ביה"ח און נישט לאזן די מציבה אריינקומען אינעווייניג, סטראשנדיג צו מאכן א שרעקליכן בזיון המת.

ווי נאר די ידיעה איז באקאנט געווארן האט מען שנעל אנגעגרייט די פובליק סעיפטי, וואס איז אנגעקומען היינט צופרי און איבערגענומען פולשטענדיג קאנטראל פון בית החיים. און די סטעיט פאליס איז אנגעגרייט געווארן אונטן צו שטיין פאר בעקאפ.

ארום 9 אזייגער האט זיך אנגערוקט א קאר מיט ברייט ביינערדיגע שווארצע גארדס און זיי האבן אנגעפאנגען צו מארשירן צו די טירן פון ביה"ח. משה לייב וויטריאל איז תיכף צוגעגאנגען צו זיי און זיי געפרעגט וואס זיי זוכן, האבן זיי געזאגט אז זיי זענען געשיקט געווארן דורך קהל יטב לב, האט זיי משה לייב געזאגט אז אויב זענען זיי נאך דארט אין פינף מינוט וועט די סטעיט פאליס זיי אוועקפירן מיט קייטלעך. פינף מינוט דערויף איז נישט געווען קיין זכר פון די גארדס.

מיט א האלבע שעה צוריק האט מען געשטעלט די מציבה, אונטער סעקיוריטי פון פובליק סעיפטי און בעקאפ פון סטעיט פאליס.

עס האט זיך ווייטער ארויסגעשטעלט אז סאטמאר איז אין קאנטראל פונעם ביה"ח.

דאס איז געווען די ערשטע דורכפאל פון די זאליס ביים ביה"ח. פארשטייט זיך אז מיט דעם איז נאכנישט אלעס פארטיג און די זאליס וועלן אין די קומענדיגע וואכן פרובירן דורך אלע וועגן צו פארכאפן קאנטראל פונעם ביה"ח, אבער בעז"ה וועט זיי עס נישט געלונגען. דער ביה"ח איז אין קאנטראל און וועט ווייטער בלייבן אין קאנטראל פון סאטמאר!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאטמאר געווינט ערשטער טעסט ביים בית החיים!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext