קול מבשר זאגט פארענט פון זיין ביהמ"ד און מאנסי אום 3 נאכמיטאג
נשלח ב-17/7/2006 18:46
ר' נתן יוסף מייזעלס ז"ל
געווען א זייער פיינער מענטש, א לב טוב, נעבעך געווען די לעצטע יארן זייער דערביטערט, זייט זיין דורעכפאל אין לאנדאן, פון ווי ער נעבעך געפלויגן, נאכדעם ווי ער האט נישט געהאט קיין הצלחה, און ער איז צוריק געקומען קיין ניו יארק, ווי ער האט זיך באזעצט אין מאנסי, און דארט אויך נישט געהאט צופיל הצלחה, זיין ישיבה'לע איז נעבעך געגאנגען מטה מטה, ער האט יעדן באשולדיגט, געבלאזן אויף יעדן, כסדר קאמפלעינט, ער האט זיך צוזאם געשטעלט מיט די דערביטערטע בני יואל, און דערנאך מיט די צושאסענע זאלונים, האפענענדיג ערגעץ אנקומען, נוסח ר' אברהם לייטנער, וואס ווארט אויך אויף די מינוט ווען ער וועט שוין קענען ווערן א רשכבה"ג, און ליידער שקעה חמה שלא בעונתה, און די חלומות האבן זיך קיינמאל נישט פארוויקלעכט, כאטש ער איז געווען א זייער טאלאנטפולער מענטש, און גאנץ א שיינער תלמיד חכם, יהי זכרו ברוך, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים,
נשלח ב-17/7/2006 18:54
אסור לספר אחרי מיטתן של תלמידי חכמים אפילו על פי הלכה איז א גרעסערער חטא צו רעדן בגנות א תלמיד חכם וואס לעבט סיי מיין טאטע שיחי' און סיי מיין שווער שיחי' זענען נתגדל געווארן תחת חסותו ער איז געווען אמאליגע יארן די ראש המדברים בכל מקום ממילא איז נישט שווער צו פארשטיין זיין פארביטערקייט ווען דאס האט זיך אפגעשטעלט אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו יהא זכרו ברוך
ער איז געווען דער יד ימינו פון רבי'ן זי"ע, דאס איז זיכער
ער איז אויך געווען א קלוגער מענטש, און לכאורה נישט קיין מצומצם (ווי לייטנער, ריח"מ פריעדמאן ודומיהם און אנדערע בני יואל), ווי די וועלט זאגט אז ברא כרעא דאבוה, פון די קינדער קען מען זען די עלטערן. זיינע קינדער זענען קיין איינע נישט קיין מצומצמים, און איך רעד שוין נישט פון עמרם, נאר אפילו משה יודא (ער איז שוין געווען פארהערן אין היכל אדער קרן התורה. די היינטיגע פאליטיק אינטערעסירט זיי ווי אין די לינקע פאה).
די ראי' גדולה איז, ביים סקול דיסטריקט איז נתן יוסף געווען פון די איינציגסטע "תלמידי רבינו" וועלכע האבן זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע פרשה.
ער איז געווען דער ראש ישיבה פון אונזערע עלטערן, אבער סאם האו, פרעגט אייך נאך ביי סיי וועם פון די 40 יעריגע אדער 50 יעריגע אידן, עקזיסטירט נישט ביי זיי קיין גרויס הערצה צו אים, און אסאך האבן אים אפילו פיינט.
דאס זעלבע איז געזאגט געווארן כלפי די לאנדאנער קהלה (ווי ער האט אריין געטרעטען מיטן לינקען פיס טאקע מהאי טעמא, ווייל די יוצאי תלמידי הישיבה זענען געווען להשמיד אויף אים).
אין מספרים אחר מטתו של ת"ח, איך וועל דא נישט אויסשמועסן די סיבה וואס איז סיי ווי ידוע לכל, אבער די זעלבע סיבה האט אים נעבעך צוגרונד געלייגט, און גורם געווען אז דער אמאליגער צווייט מאכפולסטער מענטש אין סאטמאר האט זיך געטראפן מיט א בית מדרש'ל אין מאנסי, ווען קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט
עס איז געווען א רחמנות אויף אים אין די לעצטע יארן, אן קיין צווייפל
נשלח ב-18/7/2006 01:13
נו, זאל עס זיין א כפרת עוונת, די גילגולים וואס ער האט נעבאך מיטגעמאכט. ער איז זיכער געווען אן איש מורם מעם, ער וועט שטענדיג בלייבן אן ICON אין סאטמאר. קיין ספק.