| נשלח ב-17/7/2006 20:56 |
|
| |
געדאנקען איבער די מוסדות אין וומ"ס
כאטש איך האב שוין איינגעשריבן מיינע קינדער אין די מוסדות תורה ויראה ד'סאטמאר וומ"ס, דאך האב איך נאך א קליינע פראבלעם מיט איר נאמען.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
קודם אביסעל היסטאריע:
ס'איז נישט קיין סוד אז דער ברך משה הכ"מ איז געווען א אמת'ער אוהב שלום, און ווען געוויסע עלעמענטן האבן געוואלט נוצן דעם דברי יואל'ס זי"ע אלמנה אלס א שטעקן אים צי רודפ'ן איז ער, לפנים משורת הדין, איינגעגיינגן אויף אלס און אלעמען אבי צופרידנצושטעלן איר אפעטיט.
איינע פון די אויפגעבלאזענע "סקאנדאלן" אין די פריע מ'ם יארן קעגן דעם ברך משה ז"ל איז געווען איר פארלאנג צו צוטשעפן א נאמען צו די מוסדות: ד'רבינו יואל! דהיינו, אין צוגאב צו די נאמען וואס דער דברי יואל האט געגעבן: תורה ויראה, איז צוגעקומען די רעביצנ'ס נאמען: ד'רבינו יואל.
ווי קאמיש ס'האט נאר נישט געקלינגן, האט זי זיך גע'אייסערט און געבריקעט און געסטראשעט און פארלאנגט אז דאס מיז צושטאנד קומען. מ'האט געניצט אלע טענות דערפאר: טשעפענען אַן אלמנה, מ'וויל פארגעסן פונעם רבי'ן ז"ל אא"וו.
פארשטייט זיך ביז כ"ו אב תשל"ט האט אזא נאמען נישט עקסזיסטירט. און דער ברך משה האט גע'טענה'ט אז די פארלאנג האט נישט קיין פשט, "ס'שמעקט עפעס ווי ישיבת רבינו יצחק אלחנן," האט די רבי ז"ל גע'טענה'ט, צולייגענדיג, "אז מ'קוקט גיט זעהט מען אז פון זיי אלע איז נעבעך גארנישט געבליבן."
נאך מער פורים'דיג האט ציגעשפילט איר שארפע פארלאנג אז די נייע ת"ת בנין אויף בעדעפארד עוו. זאל נישט טראגן דעם נאמען "ת"ת ויואל משה"! מה נפשך, האבן מענטשען געפרעגט, ווילסטו פאראייביגן דיין הייליגע מאנ'ס נאמען, נו וואס איז שענער ווי א ת"ת פאר די צאן קדשים וואס טראגט די נאמן פון זיין הייליג ספר?
דער אמת האט יעדער געוויסט, אז וויבאלד עס האט אין זיך אויך דעם נאמען "משה", קען זיך דאך אפשר טועה זיין אז דאס האט עפעס מיטן ברך משה, דערפאר האט זי אזוי פארפירט דערוועגן. (ס'איז באקאנט דעם טעיפ ווי מ'הערט א שמועס פון דעם ברך משה'ס ר' זלמן לייב ווי ער קאכט דארט אויף די אלמנה). ווען ס'ווענדט זיך אין איר אפשר וואלט זי געטוישט דעם נאמן פונעם ספר אויך...
עכ"פ, מיט דעם אלעם איז דער ברך משה אייגעגיינגן אויף דעם פורים'דיגע פארלאנג, און ויקרא שמו בישראל: תורה ויראה ד'רבינו יואל ד'סאטמאר!
מיין טענה צו די נייע הנהלה איז:
ממילא דאנמאלס אין יענע יארן האט דער ברך משה ז"ל נישט געוואלט וויי טוהן אן אלמנה וואס האט גע'טענה'ט אז זי איז צובראכן, אבער היינטצוטאגס וואס דאס איז שוין נישט שייך, און מיר ווייסן וואס דער ברך משה האט געהאלטן איבער דעם, פארוואס מיזן מיר זיך ריפן מיט אזא מאדערענע נאמן (כפי שיטת הברך משה) דער נאמען תורה ויראה האט דער דברי יואל ז"ל געגעבן און דאס האט ער געהאלטן אלס פאסיג, און נישט דרבינו החת"ס, כאטש דעם וואס ער האט געהאלטן דעם חת"ס פאר זיין רבי'ן, און כאטש דעם וואס ער האט זיך געהאלטן אלס דעם חת"ס ממשיך דרכו.
זענען מיר משועבד צו איינעם?
וואס זאגט איר דערצי?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2006 21:06 |
|
| |
איך האב געהערט א טעיפ פין די ערשטע פתיחה וואס רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע האט געזאגט אין סענדס סטריט גראד נאך די פטירה פון רבינו הק' בעל ויואל משה זי"ע די מימע זאל זיין געזונט האט מיך געבעטן מען זאל ריפן די ישיבה אויפן נאמען פונ'ם פעטער ז"ל לכן וועט די ישיבה הייסן ישיבת רבינו יואל איז מיר א וואונדער פארוואס איז דאס געווארן ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מען הערט קלאר ווי די רבי ז"ל זאגט עס גייט הייסן ישיבת רבינו יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2006 21:19 |
|
| |
שלש תשובות בדבר:
1) קוק אריין אין מהר"ם ט"ב (אין די צוויי רויטע בענדער וואס איז ארויסגעקומען אין די פריע מ' יארן) דארט איז דא א דרשה וואס דער ברך משה זצ"ל האט געהאלטן אין ישיבה, גאנץ אנהויב פון זיין הנהגה, און דארט איז ער מבאר בטוב טעם ודעת פארוואס ער האט צוגעגעבן דעם נאמען "דרבינו יואל" פאר אלע מוסדות. (ער איז מבאר דעם חילוק צווישן א תלמיד און קינד, און פארוואס מיר זענען נאר תלמידי יואל נישט "בני יואל", עיי"ש ותמצא נחת). איז במילא, כיון דנפקא מפום גברא רבא, וויבאלד דער רבי זצ"ל האט אויף דעם געזאגט א תורה, און ס'איז געדרוקט געווארן אויך, איז דאס א נצחית, כאטש עס איז מעגליך אז די סיבה פארוואס ער האט געגעבן דעם נאמען איז געווען מחמת לחץ, אזוי ווי די זאגסט, אבער למעשה האט ער דעם נאמען געגעבן, און געזאגט דערויף א תורה, בלייבט דאס א נצחית.
2) כיון דדש דש, ס'איז א שאד פאר אונזער רבי'ן אנצוהייבן א פרישע אויסגעדראשענע מחלוקה פון וואס זיין טאטע האט נאך געליטן. אויב זיין טאטע האט נישט געקענט נאכקומען דעם לחץ פון די רביצין, בני יואלער, און מען קען אויך זאגן מעין סטרים סאטמאר (וועלכע זענען דעמאלט אלע געווען מער רבינו יואל געשטימט), פארוואס דארפן מיר פריש אנהייבן אזא מערכה? בעסער לאז געמאך און הויב דיך נישט אן מיט די פילע רבי זי"ע אידן וואס געפינען זיך בתוך קהלתינו הק'. 3) אדרבה ואדרבה, מיר דארפן הערשט הייסן "דרבינו יואל" ווייל ביי אונז פירט מען אינגאנצן ווי דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע האט געוואלט. ולא תהא כהנת כפונדקית, אויב די זאליס רופן זיך דרבינו יואל, כאטש זיי זענען גענצליך משנה, מען לערנט אָ בָ גָ דָ, מען מאכט אויסגעלאסענע חתונה זאלן אונטערן נאמען "עטרת יואל", מען לערנט נישט פארטאגס אין ישיבה, מען שיקט בחורים אויף חתונות, ועל כולם, מען איז מחרף ומגדף אלקים חיים דורך גיין אין ציוניסטישן געריכט ר"ל, נו, דארף מען דאך ביי אונז ווי מען איז ב"ה נישט משנה קיין שום זיז כל שהוא זיכער זיך רופן "דרבינו יואל". אויב נישט וועלן זיי נאך קלעימען אז זיי זענען די ריכטיגע דרבינו יואל, און עס וועט זיין עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2006 21:33 |
|
| |
בן_אהרן, מען האט מסתמא נישט געוואלט ארויסנעמען "תורה ויראה" וואס דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט אליין געגעבן. און וועגן "רבינו יואל" "דרבינו יואל" מסתמא האט מען דאס טאקע געגעבן צוליב דעם פראבלעם וואס עוורעדזש שרייבט, אז עס זאל נישט אויס זעהן ווי "ישיבת רבינו יצחק אלחנן", האט מען געגעבן "ד"רבינו יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 00:07 |
|
| |
אז מ'רעדט שוין יא דערפון. האב איך נאר געוואלט קלאר מאכן אז, אויפן סימבאל פון די מוסדות שטייט טאקע נאר "מוסדות תורה ויראה", עס שטייט נישט קיין איין ווארט ווי "דרבינו יואל",
אזוי האב איך געזען היינט אויפן סיין אויף 76 ראטליזש אינדרויסען פין די צענטראלע אפיס. און ס'דאכט זיך מיר אז אויף די עקסטערע ליפלעט אין "דער בלאט" איז אויך אזוי געשטאנען.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 19:34 |
|
| |
אויף די אפיס שטייט "יא" דרב"י (די ר"ת).
איך בין יעצט דורכגעפארן די בילדונג אויף ווייט עוו., מ' האלט אינמיטן אויף הענגען א סיין, איך האב נאר געזען די ווערטער "ד'סאטמאר".
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 23:36 |
|
| |
באקומען אין אישית:
|
|
|
|
| נשלח ב-19/7/2006 16:00 |
|
| |
קוקט ווי דאס האט געברענט אין אים. ער האט נישט געקענט קוקן אפילו אויף די סיין אופן פלאר, און דאס אויך אפגעמעקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/7/2006 19:14 |
|
| |
דאס איז די בלידינג פאר די ביהמ"ד פין וואס דער בלאט האט גערעדט פאריגע וואך??
ביז ווי גייט אונזער חלק אין די בנין?, איז עס די גאנצע גאס, אדער נאר ווי דער סיין שטייט?
ענעוועי די בילד גיט חיזוק אז מען שלאפט נישט, ביטע ברענגן בילדער פין די אנדערע בנינים אויך!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2006 01:06 |
|
| |
קעי דשעי יא דאס איז די בלידינג פאר די ביהמ"ד פין וואס דער בלאט האט גערעדט פאריגע וואך ס'גייט די גאנצע גאס
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 06:02 |
|
| |
עס גייט לענגאויס ווייט עוו. צווישן פען און ראטלידזש און אויף די ברייט גייט דאס ביז סאנדערס פורניטשער.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 23:54 |
|
| |
כ'האב געזעהן אויפ'ן אנדערען פורום ווי זיי מאכן חוזק פון אונזערע מוסדות, אז אונז האמיר קוים 2000 קינדער, ועוד..... וואלט איך געוואלט בעטן דעם עולם! איך האב גערעדט היינט מיט איינע פון די הנהלת הישיבה האט ער מיר געזאגט אז ס'איז בעסער וואס ווייניגער צו רעדן מיט זיי וועגן די מוסדות, נישט זיך טענה'ן און בכלל נישט אריינגיין מיט זיי אין דיסקאשען דערוועגן, ס'ברענגט נישט קיין גוטס.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2006 00:07 |
|
| |
וויפיל קינדער האט 82 יעצט??? אויף זייער פרפאגאנדע צעטליך שרייבען זיי אז זיי האבן צווישען 9-10 טויזענט קינדער אבער דאס איז לכאורה א ליגענט!
אין נעקסע יאר גייען זיי מן הסתם שרייבען אז זיי זענענן געבליבען מיט 8 טויזענט קינדער
איך וויל וויסען צי מען קען ערגעץ זען א אפציעלע נומבער וויפיל קינדער זיי האבן באמת ווי למשל ביי די לאנטש פראגראם, וכדומה אפציעלע פלעצער ווי מען קען נישט זאגען קיין ליגענט חוץ אויב זיי זאגען דארט אויך ליגענט
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2006 00:30 |
|
| |
א פונקטליכע ליסט ליגט ביי מיר אין באזיץ,
און איך וויל בעטן למען הסוקסעס נישט אויסלופטערען די מוסדות אויף הייד פארק.
(אוודאי ווען איינער האט א גוטע פיקטשער ווי מ'גרייט צו די בינינים קען מען ארויפלייגען)
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2006 00:58 |
|
| |
א אפציעלע נומבער וויפיל קינדער זיי האבן באמת ווי למשל ביי די לאנטש פראגראם. lol
The lunch program is the last place to look for accuracy You make me laugh
|
|
|
|
|