בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ברוך דיין האמת - הרה"צ ר' נתן יוסף מייזלס זצ"ל רב אבני שלמה מאנסי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/7/2006 22:38 לינק ישיר 
ברוך דיין האמת - הרה"צ ר' נתן יוסף מייזלס זצ"ל רב אבני שלמה מאנסי

נצחו אראלים את המצוקים
היינט פארמיטאג איז הרה"צ ר' נתן יוסף זצ"ל נפטר געווארן
די לווי' וועט ארויס גיין 5:00 נאכמיטאג פון זיין ביהמ"ד אבני שלמה אויף עליש פארקוועי אין מאנסי
ער איז שוין געלעגן על ערש דוי א לענגערע תקופה
ער האט לוחם געווען א קעגן ציונות
זצלה"ה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 00:33 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 00:34 לינק ישיר 

ברןך דיין האמת.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2006 17:03 לינק ישיר 

"ער האט לוחם געווען א קעגן ציונות"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2006 17:44 לינק ישיר 

טיפיקל...

לערנען, דאווענען? מהיכי תיתי.

מדות? אויך א חשוב'ע זאך.

פון דעם וועט מען שוין רעדן א צווייט מאל, אבער דער עיקר:

"ער האט לוחם געווען קעגן ציונות"!!!








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 18:12 לינק ישיר 

כדי מסביר צו זיין די רייד פון דיפלאמאט, עס זאל נישט באלד קומען צו קיין מהומות.
בעל גאווה, דו שרייבסט אן אמת'ן אמת, אבער דו דארפסט פארשטיין, מ'רעדט פון א מענטש, א ריזן בעל כשרון, א מענטש וואס מ'קען זאגן ער האט געהאט אלע מדות שמנו חכמים, א ריכטיגער חכם מחוכם, א דיפלאמאט בכל המובנים, ער האט ביז תשל"ט אנגעפירט אלעס אין סאטמאר, דער סאטמאר רב דער בעל ויואל משה זי"ע, האט מיט איהם גערעדט געשמועסט די מערסטע פון סיי וועלכען אנדערן תלמיד, ווייל אין איהם האט ער געפונען דעם ריכטיגע פערזאן איבער צושמועסן אלעס און איבער אלעס, און אפילו שוין אין זיינע לעצטע יארן פון הרהגה"צ רבי נתן יוסף זצ"ל, האט מען אלעמאל געקענט זיך דורכשמועסן מיט איהם, אין סיי וואס פאר א פרט אין לעבן, און ווי אויך האט ער געפירט אסאך אסאך כללי'שע אקטיוויטעטן, וואס מענטשן ווייסן בכלל נישט אז ער איז געשטאנען אונטער דעם, איך שטעל זיך פאר אז איצט וועט ארויסקומען אלע זיינע באהאלטענע עסקנות, ער איז געווען אן אמת'ער ערליכער איד, א דאווענען ביי איהם איז נישט געגאנגען אזוי פשוט, ער האט געקאכט און געברענט, מיט א ריכטיגע התלהבות דקדושה, א טיפ איד פון אמאל, און אזוי אויך אין לימוד התורה, איז ער געווען א חסידי'שער איד במלוא מובן המילה, ער האט געלערנט מיט א פרישקייט, מיט א ברען, מיט א פלייס, ווייניג אידן מוטשען זיך נאך אויף די שווערסטע סוגיות אין ש"ס אין די עלטער וואס ער פלעגט זיך נאך זעצן צו די גמרא ווי א 17 יעריגע בחור.

סאו ווען דו שרייבסט אזוי אין קורצן, ער האט לוחם געווען קעגן ציונות, קוקט עפעס אויס א שטיקל זלזול תלמידי חכמים, און פשוט קען זיין אז דו האסט נישט געוואוסט פון דעם איד אויסער זיין מלחמה קעגן ציונות, דאס איז א שטיקל לימוד זכות אויף דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 18:27 לינק ישיר 

נא פארשטייט זיך אז ער איז געווען א גאון און עוסק און עבודת השם און אויך א לוחם א געקן ציונות

ער איז געווען אלט 79 יאר

עס איז געווען א ריזיגער עולם
גאנץ עליש פארקוועי געווען פארשפארט
הספדים זענען געווען 3 שעה און די גרויסע שווערע היצן פון קרוב צו 100 גראד
עס איז געווען צו געשטעלט קאלטע וואסער מיט קוקיס פארן ציבור

גערעדט האט ר' זלמן לייב און ר' חיים יושע און זיינע מחותנים און קינדער-איידעמער און קאשוי רב שליט"א
און נאכדעם האט זיך געזגנט בשם הקהילה ר' שמעון גאלדבערגער וואס לערנט פאר שיעורים און זיין ביהמ"ד און נאכדעם האט גערעדט איינער פון די קרובים
בערך 7:30 האט מען גענגיגט די הספדים און מען איז געפארן און מאנרא

ווער האט גערעדט דארטן? ווייס איך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ברוך דיין האמת - הרה"צ ר' נתן יוסף מייזלס זצ"ל רב אבני שלמה מאנסי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext