בית פורומים כל העולם כולו

די שרעקליכע עוולה פון די זאליס ערכאות אין ב"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/7/2006 07:53 לינק ישיר 
די שרעקליכע עוולה פון די זאליס ערכאות אין ב"ב

עס איז ממש אומגלויבליך וואס עס שפילט זיך אפ פאר אונזערע אויגן !

דער מח שטעלט זיך אפ פון טראכטן ווען ער רעאליזירט דעם שטוינענדן אומבאגרייפבארן מציאות, ווי מען קען מהפך זיין הקערה על פיה פון איין עק צום אנדערן, און זיך נישט שעמען דערנאך ארויסצוגיין אין גאס.

- שוין צענדליגער יארן וואס די מתנגדים/בני יואל/זאליס אטאקירן אונזער קהילה און רבותינו הקדושים כאילו זיי זענען גענויגט ח"ו צו ציונות, אמווייניגסטנ'ס נישט גענוג מוחה אקעגן ציונות, אינדערצייט וואס זיי האבן שוין אפגעטון אלערליי פסלנות'ער אונטערן מאנטל פון די מלחמה אקעגן ציונות, אריינגערעכנט דאס שטיצן די וועלכע גייען צוזאמען מיט די אראבער, טראץ די מפורש'ע ווערטער פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע קעגן דעם, פארט האבן זיי אלע יארן זיך גענומען דעם פאן אלס פירער אינעם קאמף פון יעדע זאך וואס שמעקט - לשיטתם - מיט דעם גערוך פון ציונות.

- שוין העכער פינף יאר זינט די ראשי קהלתינו הקדושה האבן געשיקט א הזמנה לדי"ת פאר די פירער פון די זאלי פארטיי, טראץ וואס די ראשי הקהילה האבן מסכים געווען זיך צו שטעלן לדין ביי נארמאלע בתי דינים, און בעיקר ביי א זבל"א וזבל"א, וואס ס'איז נישטא קיין מער אויסגעהאלטענער וועג פון דעם, האבן זיי זיך אפגעזאגט פון שטעלן צו דין תורה מיט די לעכערליכע טענה אז מען מוז גיין צו דיינים וואס קענען זיך אויס אין תהלוכי הקהילה, און דאס איז געווארן זייער שלאג ווארט פאר די קומענדיגע יארן, טראץ וואס זיי אליין האבן נישט די מינדסטע אנונג וואס די ווערטער טוען באדייטן.

באזונדער האבן זיי ארונטערגעריסן דאס גיין צו דעם ביד"צ בית יוסף ד'נאווארדאהאק, אז מען טאר ביי זיי קיין גלעזל וואסער נישט טרינקען, און אז זיי זענען נישט אויסגעהאלטן אין די שיטה פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע בנוגע ציונות.

- אין די זעלבע צייט בערך, ווען די ראשי הקהילה זענען בלית ברירה געצווינגען געווארן צו גיין אין געריכט צו פרובירן ראטעווען דעם עתיד פון קהלתינו הק' און אירע ריזיגע פארמעגנ'ס פון די הענט פון די רויבער און טעראריסטן, האבן זיי אויפגעהויבן א קול מחאה פון איין עק וועלט צו די אנדערע, היתכן מען גייט אין געריכט להציל עשוק מיד עושקו?! ערכאות! מרים יד בתורת משה! מחרף ומגדף! און ענליכע לשונות של גנאי וואס האבן זיך געוואלגערט אונטער די פעדער'ס וועלכע האבן זיך דאן געפינען אין אפיס פון "דער איד".

דא האט פאסירט א מעשה אין בני ברק, וואו מען איז געגאנגען אין געריכט, אן שיקן קיין הזמנה פון פאראויס, אן קיין היתר פון קיין כשר'ן בי"ד, און אפילו ווען יענער האט שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין ביי א בי"ד גייט מען ווייטער אן מיט די קלאגע אין געריכט, און מען זאגט פארן געריכט, נישט ווייניגער נישט מער, נאר אז מען וויל נישט גיין צו דין תורה ווייל די דיינים זענען משוחד!!!

ועל כולם, איז מען געגאנגען אין געריכט ביי אזוינע וואס שטאמען פון אברהם יצחק ויעקב, און זענען בעוה"ר דן עפ"י חוקי עכו"ם! וואס דער רבי זי"ע שרייבט דערויף אין ויואל משה אז דאס איז ביהרג ואל יעבור!!! ואין פוצה פה!

וואו זענען די אלע פראפעסיאנאלע מוחים ? וואו זענען פארשוואונדן די זעלבסט-געקרוינטע אפוטרופסים פון די שיטה פון רביה"ק זי"ע ?! וואו זענען פארשוואונדן די וועלכע האבן פולע באגאזשן פון יהרג ואל יעבור'ס און טיילן דערפון מיט א ברייטע האנט פאר יעדע נארישקייט?! אויף דעם איז דאך דער רבי זי"ע קלאר מברר אין ויואל משה אז דאס איז ביהרג ואל יעבור!

די וועלט שווייגט! פלוצלונג האט מען פארגעסן פון מצות תוכחה, פלוצלונג ווייסט מען נישט און מען זעט נישט, מיטאמאל איז יעדער געווארן אזא שטילע שעפעלע וואס "וויל זיך נישט מישן..."

ווי ריכטיג האט כ"ק רבינו שליט"א אנגעוויזן אז דאס גיין אין ציוני'סטישן געריכט איז פונקט אזא הארבע עבירה ווי גיין צו די בחירות!

מילא אויף די יעניגע כת רשעים איז נישט קיין קשיא, זיי האבן שוין פון לאנג עוקר געווען יעדן פרט פון די תורה אדער מענטשליכקייט ווען עס איז נוגע געווען צו שטעכן אדער שטויסן אונזער הייליגן רבי'ן, אבער אויף די יעניגע וועלכע ווייסן אלעמאל דעם פונקטליכן אדרעס פאר מחאה, אויף זיי איז די קשיא !

און איך רעד נישט דא פון די מיטגלידער אינעם א.ג. פורים בי"ד, די איינגעשטעלטע דיינים ביי וועמען די שנאה האט שוין לאנג דערגרייכט ארויס פון יעדן פראפארץ, און זיי געבן שוין לאנג דעם סטעמפל פאר יעדע סארט השחתה און רשעות וואס ווערט געטון דורך די פירער פון די "נועם הארץ" פארטיי. מיין ווייטאג איז בעיקר אויף די וועלכע זענען נישט בלינד אונטערגעווארפן אונטער די יעניגע רשעים, נאר זיי זענען מקיים דעם "תגורו מפני איש" מיט אלע דקדוקים און כוונות, און דורכדעם זענען זיי גורם אזא שרעקליכן חילול שם שמיים און עלבון התורה בכללותה און פון רבוה"ק מסיגעט-סאטמאר זי"ע בפרט.

עס איז קלאר אז ווען נישט זייער שטיל שווייגן וואלטן די רשעים זיך אביסל איינגעהאלטן פון אנגיין מיט זייער רשעות אויף אזא פרעכן פארנעם.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2006 19:44 לינק ישיר 

בן אהרן


הרב ווייס פערסענלי איז נישט שלעכט

די פראבלעם איז אז די עדה החרדית בית דין איז געווארן פונקט ווי סאכדעס אז די דיינים מיט די גאבד קענען נישט טוהן נאר וואס דער סד"ד לאזט און ביי עדה החרדית האמיר דער סד"ד (אדער מנהל כללי אדער וויאזוי דו ווילסט אים רופן...) וואס האט זיך שוין באקאנט געמאכט ביי די סקול דיסטריקט פרשה
הרב גרשון שטעמער (וואס מאנכע רופן גרשון שמעטער) וואס איז פאניע בראט מיט פראדלזאן ענד קא.
און הרב ווייס טוט נישט נאר וואס ער הייסט אים

ליידער האמיר שוין אויך פארלוירן יעצט הרה"ג משה האלבעשטאם ז"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2006 20:32 לינק ישיר 

האט נאר הרב האלבערשטאם זצ"ל מקיים געווען דעם ולא תגירו מפני שטמר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2006 20:49 לינק ישיר 

אפאר פונקטן:

1. מ'דארף זיין א ביסל רעאליסטיש דא, מ'קען נישט ערווארטן אז זיי זאלן מקבל זיין תוכחה פון די אהרונים, עס איז צופיל צו פארלאנגען פון זיי, איך האלט אז זיי אליין כאפן זיך נישט ווי ווייט זיי האבן איבערגעצויגן דעם שטריקל, זיי זענען אזוי פארזינקן אין די שנאה און האס קעגן דעם רבי'ן אז זענען בלינד, ווי חז"ל זאגן ביי בלעם, "שנאה מקלקלת השורה".

2. דער רבי איז מסביר אין ספה"ק ויואל משה אז פאר די אומות העולם איז איינע פון די שבע מצות צו אויפשטעלן בתי ערכאות צו דן זיין דינים, ווידער פאר אידישע קינדער איז עס אן עון פלילי מאוד און עקירת הדת, ווייל אונז זעמיר מחויב צו האלטן די תוה"ק בכל פרטי' און צו מכיף זיין אידן צו עובר זיין אויפן דת תורה איז אן ענין פון מסית ומדיח, וואס איז יהרג ואל יעבור. (אינטערסאנט אז אונעם זעלבן סיעף ווי דער רבי רעדט פונעם חומר צו גיין צו די בתי דינים פון עוברי ה', האט דער רבי געטראפן פאר וויכטיג צו שרייבן אז ביי ערכאות של או"ה מעג מען גיין אויב מ'האנדלט מיט א גבר אלים)

3. עס ציפט דאס הארץ און מיר זענען פארשעמט צו זעהן ווי אונזערע "סאטמארע" ברודער, זאלן אונז אזוי מיאוס פאראטן. אלעס אויף וואס סאטמאר איז געשטעלט האבן זיי אראפגעפלאשט פאר שנאה אין האס קעגן אייגן ברודער. איך האלט אז מ'דארף אויפקלערן א דרויסענדיגער רב אדער כלל טיער וועם די זאליס האבן צוטרוי, און זיי עפענען די אויגן ווי זיי זענען פארקראכן.

4. ווי קאמיש איז אז די זאליס זענען ביזי מיט דעם אז די רביצין מרת סאשע (סתם "סאטמארע רביצין" מיינט ביי מיר מרת פעסיל לאה) רעדט עברית, א זאך וואס איז מן השמים, א שידוך, זי איז פשוט אויפגעוואקסן דערמיט, קיין איינע פון אירע קינדער קענען עברית, און דא איז ר' זלמן לייב בכבודו, סעפאסעדלי דער "סאטמאר" רבי גייט און טוט אזאך וואס איז סך ערגער ווי נעמען געלט פון די מדינה אדער גיין צו בחירות, דער וויזניצער מיטן גערער רבי זענען סך קלענערע ציוניסטן ווי ר' זלמן לייב, זיי גייען נישט צו קיין בג"צ.

5. טייערע ר' זלמן לייב! YOU CROSSED THE LINE, כאפ דיך וואס די טוסט, איך ווייס דו האסט פיינט דיין ברודער, אן דאס מאכט דיך בלינד, גיי ארויס פונעם בית המינים, פארלאנג נישט פון עוברי ומנאצי ה' זאלן דן זיין דיין סיכסוך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2006 21:27 לינק ישיר 

איך האלט זייער ערענסט און עס איז א חובת השעה, פונקט ווי מ'פלעגט אריינלייגן בימים ההם הודעות אין די וועלטליכע פרעסע אויפצוקלערן די דרויסענדיגע וועלט די סאטמאר שיטה אז ערליכע תורה-טרייע אידן זענען קעגן א מדינה איידער ביאת המשיח, דארף מען יעצט ווען דער חילול השם איז איום ונורא, אז איינער וואס רופט זיך א "סאטמאר" רבי זאל קענען טון א זאך וואס איז גענצילך בניגוד דעם גאנצן ויואל משה, און די איזרעלי פרעסע צושמירט עס נאך. זאל מען אריינלייגן א באצאלטע אנאנס צו אויפקלערן אז דאס זענען נישט קיין "סאטמארע" אידן, דאס זענען א קליינע צאל פארעטער, און די ריכטיגע סאטמארע אידן רוב רובו טיען דאס פארדאמען בכל תוקף און האלטן זיך געטריי צו שיטת ויואל משה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2006 17:28 לינק ישיר 

דער שוטה פעשי איז אויפגעקומען מיט א עצה און שרייבט עברית אזוי מען זאל נאר פארשטיין האלב
וועגס וואס ער וויל שרייבן

נאר אפאר פאקטן, פאר דעם צוגעשטאנענער פעשי

איינס, די דאקומענטן אז דער רבי זצ"ל איז געגאנגן אין בג"צ צו אין בי"מ קעגן קלויזנעבורגער
וועגן טאלטשעווע הויז """ווי זענען די דאקומענטן"""""""

די האסט זיי

דאן ברענג זיי

נאר אז מען האט אזויפיל איי קיו, ווי דער רויטער שוטה פעשי, זאלי אדער זיין זוהן דער מנוול
חיים הערשעלע ווערט מען איבערגענומען פון די מימרא "איך האב אין באזיץ"" רויטעלע משה אז די
האסט ווייז, און די ווייסט "נישט" האסטו "נישט" פארשטייסטו 'אידישש'

פאקט צוויי, רשם החברות איז די זעלבע ווי בית משפט???????????
הא,

דריי, עס איז דא סאך א גרעסערע קשיא, משה חיים ווייס האט געטאן אסאך א ערגערע זאך ווי גיין צו
די רשם החברות, ער איז געגאנגן נישט מער און נישט ווייניגער נאר צו די 'עירי' בעטן א פורמיט
צו בויען, און לויט די וועלטס עם הארץ זאלי איז דאך ערכאות מותר און דאס אסור
תוקן על ידי - כל_העולם - 21/07/2006 20:35:40



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2006 17:38 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט די גאנצע דעבאטע פון אנהייבן ביזן סוף

לכאורה איז די גאנצע דיון ווער איז שולדיג אז עס איז בי"מ הציוני וואס ווער עס האט "יא"
געלערנט ספה"ק ויואל משה ווייסט די הארבקייט דערפון

לויט די זאליס איז עס משה חיים ווייס ווייל ער איז געגאנגן צו די רשם החברות

לויט סאטמאר איז עס די זאליס וואס זענען געגאנגן אין בית משפט

האב איך א פשוטע ראי' אז די זאליס זענען די וואס זענען געגאנגן אין ערכאות

אט הערט

עס געפינען זיך אין אונזער שפל'דיג דור אזעלעכע הייליגע, אמת'ע, ערליכע, אפגעהיטענע,
נייטראלע, וואוילע, תלמידי חכמים, אנשי מעשה, ווי דער גאב"ד ירושלים, אדמו"ר וויזשניץ מאנסי,
דיין קהלת זאלי מאנטריאל, הרב לייטנער, רז"ל פילאפ, רח"ד כ"ץ
מבארא פארק,

וואס עס איז פאר יעדן קלאר מיט גאנצן ברירות, אז זיי זענען באמת, נייטראלע אידן, וואס זענען
מקיים 'לא תגירו מפני איש' אויף אלע וועגן, אין אלע צייטן, אידן וואס לאזן זיך הערן די דעת
תורה אמיתית צו יעדע צייט, אויף יעדע פירצה, נישט קיין חילוק ווער עס טוט עס

נו, פרעג איך אייך, די אלע נעמען פון דא אויבן, --- און אנטשוליגט פאר די וואס איך האב
פארגעסן זייערע נעמען --- ווען סאטמאר וואלט געווען די וואס וואלטן געווען די שולדיגע אין
גיין בערכאות וואלטן זיי דאך מרעיש עולם געווען מסוף העולם ועד סופו, מען וואלט דאך געהערט
זייער דבר ה.... אן א עק

אלא מאי, אז מען הערט גארנישט פון זיי, איז א סימן אז מיר זענען נישט שולדיג

נאר וועט איר אוודאי פרעגן, ווען די זאליס זענען די וואס שולדיג זענען דאך די תורה טרייע
מנהיגים אויף אייביג מוחה ווייל זיי זענען דאך נייטראל, זיי זענען דאך ערליך, זיי זענען
מקיים דער 'לא תגירו' מיט אלע מפרשים

אט די הארבע קשיא זאל זיך יעדער אליין פארענטפערן

תוקן על ידי - כל_העולם - 21/07/2006 19:26:03



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2006 18:08 לינק ישיר 

someone please remind me, why didnt we go to din toire to the dayunai hakehile i mean im sure they wouldve been fair..............................................ha ha ha this is the joke of the century if this didnt make us look at long bearded so called frummies as the biggest "oikrei hadas" then i dunno what else



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2006 19:44 לינק ישיר 

פעשי.

פאוואליע, האסט אונז באגאסן מיט א שלל פון תירוצים און הסברים, באגלייט מיט עקלהאפטע אויסדרוקן אקעגן גדולי ישראל, אריינגעפלאכטן אין א ים פון ווערטער וואס קלעבן ווי ארבעס צו די וואנט.

לאמיר גיין אין א רייע, בקיצור נמרץ (איך וועל עס צוטיילן אין עטליכע תגובות, לויט דיין סדר) :

ביי מיר ליגט דאקומענטן ווי דער רבי זי"ע בכבודו ובעצמו האט געפאדערט אין ציוניסטישן "בג"ץ" פריוואטע מענטשן וועגן דעם טאטלשא''ווער רב'ס דירה אן קיין היתר בי"ד

אין אנדערע ווערטער זאגסטו, אז נישט נאר דער רבי זי"ע האט רח"ל עובר געווען אויף זיינע אייגענע ווערטער וועגן דן זיין חוקי עכו"ם אויף א פלאץ וואו מען קען דן זיין דיני ישראל, נאר ער האט עס גאר געטון אן א היתר בי"ד.

אויב אזוי וואס פארפירט איר אזוי קעגן סאטמאר פארן גיין אין געריכט אן א היתר בי"ד - לדבריכם ? זיי טוען דאך סך הכל אקוראט דאס וואס דער רבי זי"ע האט געטון ?

צוליב געוויסע סיבות האסטו דא פלוצים געטוישט צו עברית, און דו שרייבסט אז
אין כל דרך להתגונן אלא בבית משפט של "מדינת ישראל" הציוני, וההתדיינות אצלם איננה כי מכירים בה, אלא בגלל שאין כל ברירה כדי להציל את הנכסים מאותם אשר קלקלו.

איך ווייס אז דו קענסט מחולק זיין אויף די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט די גרעסטע גדולי ישראל וועלכע גייען נישט מיט אייך אין שפאן, אבער דער מציאות איז אז הגאון הגדול רבי ניסים קארעליץ שליט"א ובית דינו שרייבן קלאר אז עס איז יא דא אנדערע וועגן וויאזוי זיך צו באשיצן פון די 'גנבים' [...].

איך וועל דיר מגלה זיין דעם סוד, עס איז דא א זאך ביי אידן וואס רופט זיך "דין תורה", דאס איז דער ערשטער וועג להתגונן, ערשט ווען דער מיטל ווערט צושטערט דורך מסרבים לדין, דאן קומט ערשט די צווייטע ברירה פון ערכאות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2006 19:58 לינק ישיר 

דערנאך קומסטו מיט א גאנצע לאנגע תגובה, ווייטער אויף די טמא'נע שפראך, וואס 90% פון די היגע ליינער פארשטייען ניטאמאל, און דארט קומען די 'באמבעס'.

צום ערשט ביזטו מסביר אז דו גייסט ניטאמאל ענטפערן, און מען דארף ניטאמאל ענטפערן אויף די טענות פון הגאון החסיד המפורסם רבי מאיר אליעזר שליט"א, ווייל 'יעדער זעט אליין' די טיפשות פון זיינע ווערטער. אבער צוליב אומבאקאנטע סיבות קומט באלד נאך די הקדמה א לאנגס און א ברייטס וואס דארף ענטפערן אויף די טיפשות'דיגע ווערטער זיינע.

דערנאך צייגסטו איבער וואס דער זאלי אדוואקאט האט יא אדער נישט געזאגט אינעם געריכט, און דו לייגסט עס גאר ארויף אויף דעם סאטמארן אדוואקאט אז ער האט געזאגט אז די סאטמארע רבנים זענען אונטערגעקויפט. אבער וואונדער איבער וואונדער, דיין 'באווייז' קומט פון א בריוו וואס דער אדוואקאט האט געשיקט נאך די געריכט סעסיע, טראץ וואס לויט מיין אינפארמאציע קען מען באקומען 'מינוט'ס' פון יעדעס ווארט וואס ווערט גערעדט אין געריכט, וואו איז יענער דאקומענט ? צו איז דער בריוו געקומען צו פארדעקן אויף דעם שטינק פון די נידריגע ווערטער וועלכע זענען דורך דעם אדוואקאט גענוצט געווארן אין געריכט ?

די לעכערליכקייט פון די טענה אז מען זאל גיין צו ר' ישראל חיים מנשה צו דין תורה איז נישט ווערט קיין דריי סעקונדן אוועקצוגעבן דערפאר.

אבער די גרעסטע 'באמבע' קומט צום סוף, זיי זענען מכלומר'שט גרייט צו גיין בזבל"א, אבער פארמעסטן זיך נישט נאר אונז צו איינטיילן ווער אונזער בורר זאל זיין, אפילו דעם שליש ווילן זיי אויף אונז ארויפצווינגען ! און וועמען ? דעם נייטראלן ר' אלי' כ"ץ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2006 20:15 לינק ישיר 

דא קומט דער עיקר:

דו הייבסט אן מיט א אמת ווארט, וואס שטאמט גראדע פון די חז"ל, אז "כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו", אבער ווייזט אויס אז לגבי א זאלי איז דאס נישט שייך, פונקט ווי אלע אנדערע ווערטער פון די חז"ל זענען נישט מחייב קיין זאלי, אלוועלטליך...

נאך א באריכט גראד פון גן עדן (דו ביזט אפשר דער קארעספאדענט פון 'דער בלאט' דארט ?), געסטו צום וויפילטן מאל ארויס דיין ווייטאג אז אונזערע ראשי הקהילה האבן נישט מסכים געווען אויפצוגעבן זייער לאנגיעריגע הארעוואניע פאר געלט און מאכט גייציגע יחידים, וועלכע באהאלטן זיך אונטער דעם איצטלא דרבנן, נאר זיי פרובירן אלע תורה'דיגע מיטלען צוריקצובאקומען די גזילה, טראץ וואס משה פרידמאן האט זיך געשוואוירן אז ביז א יאר צוויי וועלן די ראשי הקהילה און דער ציבור מיד ווערן.

און ווי יעדער וואס האט נישט קיין תירוץ אויף זיינע מעשים, פרובירסטו צו פארדרייען די טעמע פון איין עק צו די אנדערע, אז וויבאלד מיר דא זענען אין געריכט, און לדבריכם - וואס מען הערט יומם ולילה - זענען מיר גאר 'הולכים לערכאות' און מרימי יד בתורת משה, במילא איז דאס א אויטאמאטישער היתר פאר די זאליס צו גיין אין געריכט אין בני ברק...

אין אנדערע ווערטער, אז איר זענט שוין אויך געפאלן צו דעם נידעריגערן שטאפל וואו מיר האלטן, און איר גייט שוין אויך אין געריכט אן קיין היתר בי"ד, פונקט ווי מיר גייען. באדייט דאס אז פון היינט און ווייטער וועלן מיר שוין לכל הפחות נישט זען מער אין 'דער איד' אדער וואו אימער קיין ווארט אקעגן אונזער א.ג. "הליכה לערכאות" ?!

דאס איז שוין אפילו לשיטתכם אז מיר גייען דא ח"ו אין ערכאות, אבער דו ווייסט דאך אליין זייער גוט אז עס איז לא קרב זה אל זה, און איך וועל דא איבערחזר'ן מיינע פראגעס וואס איך האב שוין עטליכע מאל געפרעגט, און דערווייל נישט באקומען קיין ענטפער:

 - וויאזוי האט איר געוואגט צו גיין אין געריכט אן קיין שום היתר בעולם (אפילו דער א.ג. היתר פון די א.ג. דיינים איז אויך דאטירט י"ז סיון, ווען איר זענט אריין אין געריכט ג' סיון), און אן שיקן קיין איין הזמנה בעפאר און ניטאמאל דערנאך ?!

 - וויאזוי וואגט איר אנצוהאלטן די קלאגע אין געריכט, נאך וואס ר' משה חיים ווייס האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין אז ער איז גרייט צו גיין צו איינעם פון די דריי בתי דינים, הרב קארעליץ, הרב לאנדא, אדער הרב וואזנער ?!

 - וויאזוי שעמט איר זיך נישט צו שרייען אויף אנדערע אז זיי זענען הולך בערכאות
(אינדערצייט וואס זיי זענען נישט)  ווען איר זעלבסט האט נישט די מינדעסטע פראבלעם צו גיין אין געריכט, און נאך אויף א פלאץ וואס דער רבי זי"ע שרייבט אז עס איז ביהרג ואל יעבור ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2006 23:09 לינק ישיר 

כמה תשובות בדבר, וואס מיר טיען דארט אינעם ישראלישער קארט, דהיינו צו בעטן א דעקלערעשן פאר וועם דאס לאט געהער,וואס אזאנס קען קיין שום בי''ד נישט - אפילו זי וויל - אין אפילן משה חיים ווייס שרייבט אינטער שטרי בירורין - דערקלערן, פשוט אזא דעקלערעשן איז נישט אוטאריזירט געמאכט צו ווערן דורך א בי''ד נאר דורכ'ן קארט.

אין אויף דעם האב מיר א בפרוש'ר היתר בי''ד וואס ליגט אויסגעלייגט אויפן גאנצן לענג אין ברייט אינעם מיטעלסטען פעידזש פונעם 'איד', בו בזמן וואס ענקער היתר בי''ד, אינאיינעם מיטן נאמען פונעם בי''ד, ליגט - מיטן אויסרייד פאר טעראר - באהאלטן ערגעץ ווי שוין 6 יאר,
[ווי צו זאגן מיר האבן עפעס א שוואכן נארישן היתר אבער פארביר עס נישט אפצופרעגן].

איי שלשה רועי בקר, ס'ארבעט נישט אזוי, די האסט א היתר בי''ד דא ביי דיין קארט ? וואס מיט דעם בארעכטיגסטו דיין היגער קארט, פיין, קום מיר אבער נישט זאגן, מיין בי''ד זענען עהרליכע, זענען שונא בצע האבן נישט פירווואטע מיינונגען [ווי למשל ר' יוסף הערש סופר אין אפילו הגאון ר' מענדל זילבער שליט''א זיי האבן נישט קיין פון פריער אפגעמאכטע מיינונגען אינעם פאליטיק פאר זיי געבן ענק התירים...]
נאר דיין בי''ד איז אינטער געקויפט, נישט מער ווי פאלנע רועי בקר, עמי הארצים, ס'גייט נישט אזוי מיין פריינט,
א שיינע מעשה...
א''כ אן לדבר סוף די טענות וועט אייביג גיין בעק אין פארד ביי אלע סכסוכים, איך גיי נישט צו דיינע 3 בתי דינים ווייל דער ערשטער איז נישט מער ווי רועי בקר, דער צווייטער אינטערגקויפט, דער דריטער נגיעות,...

ווייטער איבער'ן ציוניסטישן קארט ווייסטו גאנץ גוט אז לשיטת רבינו זי''ע ווען איינער דארט למשל איז א מסרב לדין איז נישטא קיין שום איסור פון גיין אינעם ציוניסטישן קארט אין ליתר שאת ברענג איך דיר דא אריבער וואס דרייניץ שרייבט אין אנדערן פורום בנוגע די ענין

רבינו הקדוש שרייבט דארטען אין ויואל משה קעגען די "מוחקקי חוקות עכו"ם" ער שרייבט קעגען די חברי הכנסת וואס מאכען און באשטעטיגען געזעצען שלא על פי דיני התורה, אויף דעם שרייבט דער רבי אז דאס איז כפירה.
רבינו הקדוש איז דאס מסביר אזוי, מאדאך ווען א איד גייט אין ערכאות פון א גוי, נישט ווייל ער האלט אז די גויאישע חוקים זענען ריכטיג, נאר ווייל אין דעם סיכסוך קומט איהם אויס בעסער אזוי, איז ער כאילו חירף וגידף, כל שכן ווען ער מאכט די געזעצען נישט פאר זיין אייגענע אינטערעסע נאר פשוט דאס איינצופירען אלץ חוק המדינה איז ער דאך אוודאי מחרף ומגדף ווייל ער ווייזט אז די גויאישע חוקים זענען אמת'ר און ריכטיגער ווי די דיני התורה הקדושה.

נאכדעם איז דער רבי מסביר, אז א גוי ווען ער מאכט חוקים נישט געבויט אויף די תורה איז עס א מצוה פאר איהם אבער ביי א איד איז דאס כפירה בתורתינו הקדושה.

דער רבי רעדט דארט אינגאנצען נישט פון די ציוניסטישע ערכאות, דער רבי רעדט פון די כנסת און חברי הכנסת וואס מאכען די געזעצען, די "מחוקקים" פון די ציוניסטישע געזעצען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2006 08:59 לינק ישיר 

דער יסוד פון די אלע טענות דרייט זיך בעיקר ארום איין צענטראלע נקודה:

וועלכע זייט איז גרייט צו גיין צו דין תורה, און ווער זוכט אלע מיטלען זיך ארויסצודרייען פון דין תורה ?

איך וועל זיך מסביר זיין בקיצור.

דער פראבלעם פון דן זיין לויט חוקי עכו"ם איז נכלל פון צוויי פראבלעמען: 1) דאס "מכיר זיין" אין די געזעצן, 2) דאס "מייקר זיין" די גוי'אישע געזעצן.

א גוי, וויבאלד ער איז מצווה אויף דינים, טוט ער נישט קיין שום פראבלעם מיטן מאכן א געריכטליכן סיסטעם, אבער א איד טאר זיך נישט באנוצן דערמיט וויבאלד ער שטעלט אהער אז ער האלט די גוי'אישע געזעצן פאר ריכטיגער אדער מער אויסגעהאלטן ווי די אידישע געזעצן. דערפאר אבער ווען מען האנדלט מיט א גבר אלם וואס רעכנט זיך נישט מיט די חוקי התורה, קען דער בי"ד געבן רשות בלית ברירה צו גיין אינעם געריכטליכן סיסטעם, און דאס הייסט נישט קיין מייקר שם אלילים ווייל מען אנערקענט נישט דערמיט דעם גוי'אישן געזעץ נאר די אלימות פונעם איד, וועלכער וויל ל"ע נישט פאלגן די אידישע תורה.

אבער ווען עס האנדלט זיך אין א געריכט וואס ווערט געפירט דורך אידן, וועלכע בעפארצוגן בעוה"ר דעם גוי'אישן מהלך אין געזעץ איבער די חוקי התורה, איז אויסער דעם פראבלעם פון "מייקר זיין" דעם גוי'אישן געזעץ (וואס פאלט אוועק ווען א בי"ד געט רשות דערויף) איז דא דער פראבלעם פונעם עצם מכיר זיין אין א איד וואס איז דן חוקי העכו"ם, דארט וואו ער איז עובר אויף אן איסור אין די תורה, דאס איז דער רבי זי"ע מסביר אין ויואל משה.

פארשטייט זיך אז דער יסוד פונעם פראבלעם איז בעיקר ביי אזעלכן וועמען מען קען רופן צו דין תורה, ווען איינער האט א פראבלעם מיט א פרייען וואס האלט נישט ביים קומען צו דין תורה רח"ל איז עס נישט אינעם כלל פון מייקר זיין אדער מכיר זיין אינעם געריכט, איך גיי נישט צו אים ווייל איך אנערקען זיין געזעץ, איך גיי צו אים ווייל ער האט די פאליציי.

(לשבר את האוזן, איז דאס גיין אין געריכט ביי א איד, כאילו מען גייט צו א אידישן געלט קאלעקטאר וואס בארויבט דעם וואס איז שולדיג פאר דיר געלט דורך געווער, וואס איז זיכער אסור סיי לויט די חוקי התורה און סיי - להבדיל - לויט דעם גוי'אישן געזעץ, וואס דאס קען אפילו א בי"ד נישט מתיר זיין וויבאלד יענער איז נישט אויסגעהאלטן אפילו לויטן גוי'אישן געזעץ, ואכמ"ל).


און דא קומען מיר צו צום פראבלעם:

דארט אין בני ברק, וויבאלד סאטמאר איז גרייט צו גיין צו דין תורה, איז נישטא דער רב וואס קען מתיר זיין צו גיין אין גוי'אישן געריכט. אפילו אויב סאטמאר איז נישט גרייט צו גיין צו די דיינים וואס זיי ווילן (אין די זייט געלייגט דאס וואס התובע הולך אחר הנתבע, און זיי שלאגן פאר נאר דיינים וואס האבן א פון פריער באשטימטע מיינונג), וויבאלד עס איז דא א מעגליכקייט צו גיין צו דין תורה קען מען נישט געבן קיין היתר צו גיין אין געריכט, זיכער נישט א סאטמארער תלמיד.

דאס גיין זיך פארטיידיגן איז נישט ווייל מען אנערקענט אין זייערע געזעצן, אדער אפילו אין די רעכט פון די כופרים צו מאכן זייערע אייגענע געזעצן, עס איז א בלויזער אנערקענונג אז דער צד שכנגד - אין אונזער פאל, די זאליס - האבן נישט די מינדסטע שייכות מיט די תורה, אדער מיט די שיטה פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, נאר ווי לאנג עס דינט זייערע אינטערעסן.

אנא נוליך חרפתינו !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2006 09:57 לינק ישיר 

עיקר שכחתי.

ביי די יעצטיגע פרשה אין בני ברק זעהט מען קלאר וועלכע זייט עס וויל גיין צו דין תורה, און ווער עס וויל נישט גיין צו דין תורה.

עס איז נישטא קיינער וואס קען אנווייזן א הסבר פארוואס דער סכסוך ווערט נישט געשליכטעט ביי א געהעריגן בי"ד, אלע תירוצים וואס מען האט גענוצט דא אין ניו יארק זענען דארט נישט שייך, און דער איינציגער תירוץ איז:

ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער, סיי אין ניו יארק, סיי אין בני ברק !!!

די איבריגע טענות און הסברים זענען גענצליך איבריג, דארט האבן זיי קלאר געוויזן זייער פרצוף, און דער פרט איז עדות פארן כלל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2006 21:31 לינק ישיר 

איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש, וואו איז די גראב"ד מיט די פורים בי"ד סיין? פארוואס קענען זיי נישט געבן די היתר? פארוואס איז סיגוט פלוצלינג געדארפט לויפן צו אהרן אלי' שפיצער און זישא כ"ץ? וואס איז געשען מיט "דייני הקהילה"?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2006 22:07 לינק ישיר 

אין מדינת ישראל קען מען נעמען א יעדע פסק פון א ב"ד און גיין אינפארסן ביי ערכאות טאמער דע צד השני וויל עס נישט אויספירן

לענינינו מ, ח, ווייס זאגט איך בין מנהל  מ, בר"פ וואלערשטיין זאגט איך בין מנהל 
אויף דעם איז דא א ב"ד און מען מאכט א דין תורה 
אין זאג מיך נישט אז דעס איז פלעין א קלערפיקעשן ווייל איך קען זאגן אויף יעדע סכסוך איך גיי אין קאורט נעמען א קלערפיקעשן

ניין אונז זעמיר יודן אין דע ערשטע זאך רופט מען צי דין תורה אין אז יענער וויל נישט קומען נעמט מען אנדערע שריט אבער גיין
לכתחילה אין קאורט אין צוויי וואכן דערנאך נאך פרעשור פון בי"ד פון קרליץ קומען מיט א היתר פון עפעס א נייער בי"ד וואס האט נישט אויסגעהערט קיין צווייטע צד עס איז נישט דא קיין גרעסערע חוזק פון די תורה און פון בי"ד ווי דעס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די שרעקליכע עוולה פון די זאליס ערכאות אין ב"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext