|
|
| נשלח ב-24/7/2006 17:50 |
|
| |
א שטיקל הסבר פאר די אמעריקאנער וועלכע קענען נישט קיין העברעאיש.
"רשם החברות" איז נישט קיין געריכט, עס איז פשוט א אפיס וואו עס ווערן געהאלטן אלע אינפארמאציע וואס איז נוגע פאר יעדע חברה (קאאפערעישאן אויף ענגליש), און דער געריכט רעכנט זיך מיט די פאקטן וואס זענען דארט פארשריבן. עס איז אקוראט ווי דער אפיס אין גאושען וואו עס ווערט פארשריבן אלע טראנזאקציעס בנוגע יעדן לאט, ווי איבערשרייבן דיעד'ס, ארויסנעמען מארטגעזשעס, אא"וו.
וויבאלד די זאליס האבן פאלשערהייט איבערגעשריבן די קאאפערעישאן פאר משה פרידמאן און רז"ל טייטלבוים און נאך עטליכע גנבים, זיי האבן נאך א 'טובה געטון' און אויך צוגעלייגט די נעמען פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און כ"ק רבינו שליט"א (כדי עס זאל נישט אויסזען אויפפאלנד), און דערנאך האבן זיי אנגעהויבן לייגן שטיינער אויף יעדן טריט און שריט פאר ר' משה חיים ווייס, פון וועלכע דער קלימאקס איז געווען אז זיי האבן אפיציעל אויפגעזאגט ר' משה חיימ'ען פון זיין מנהל מוסדות סאטמאר, און דערנאך געגאנגען צו די עירי' און אין געריכט צו שטערן דאס בויען דעם נייעם בנין, האט מען בלית ברירה אריינגעשיקט א בריוו צו דעם "רשם החברות" - נישט אין געריכט ! - אז זיי זאלן וויסן אז די וועלכע דערקלערן זיך אלס בעלי בתים האבן נישט דאס מינדסטע שייכות מיט די קאאפערעישאן.
דאס איז אקוראט די זעלבע זאך וואס ר' יעקב כהנא האט געטון דא אינעם ביה"ח ווען ער האט אריינגעגעבן א דעקלעראציע אין אראנזש קאונטי אפיס אז ער איז דער פרעזידענט און קיינער קען גארנישט טון אינעם ביה"ח אן זיין רשות. נאר דארט אין בני ברק איז עס געווען מער נוגע למעשה אויפן מאמענט, ווייל מען דארף אריינגעבן יערליך א באריכט פון די קאאפערעישאן (אזויווי יעדע קאנגרעגעישאן אין אמעריקע), און די נייע באורד וואלט עס נישט געקענט אריינגעבן, נאר די אלטע (מען קען דעבאטירן אויב די אלטע וואלט יא געקענט, אבער דאס איז נישט די טעמע דא).
די "רשם החברות" האט אויפן פלאץ געפרוירן אלע אקטיוויטעטן פון די חברה ביז עס ווערט פעסטגעשטעלט ווער עס זענען די ריכטיגע בעלי בתים.
אין נארמאלע אומשטענדן, ווען מען האט צו טון מיט אידן שומרי תורה ומצוות, רופט מען יעצט ר' משה חיים ווייס צו דין תורה, און אויב עס ווערט דארט נתברר אז ר' משה חיים איז נישט גערעכט, הייסט דער בי"ד אז ר' משה חיים זאל צוריקציען זיין דעקלעראציע אין "רשם החברות" און אלעס וואלט צוריק צום אלטן, און דאן אויב ר' משה חיים וואלט נישט געפאלגט דעם בי"ד וואלט דער בי"ד געקענט געבן א היתר צו גיין אין געריכט - וואס דאס וואלט באמת דער בי"ד נישט געקענט טון ווייל אנערקענען דעם ציוני'סטישן געריכט איז ביהרג ואל יעבור, ווי רביה"ק זי"ע פסקנ'ט אין ויואל משה (געווענליך אין אזא פאל געט בי"ד רשות צו גיין צום בי"ד פון די "רבנות הראשית", וועלכע האבן א געריכטליכן כח אין מדינת ישראל).
ליידער ווייזט זיך ארויס אז מען האנדלט מיט אידן וועלכע טרעטן אויף די תורה בריש גלי, און ווייל זיי האבן געוואוסט אז ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער זענען זיי געגאנגען אין געריכט אן קיין שום היתר בי"ד בכלל ! ערשט צוויי וואכן שפעטער האבן זיי זיך דערמאנט צו גיין בעטן אפילו פון עמיצן א היתר בי"ד !
א חשוב'ער רב האט זיך אויסגעדרוקט: איך האב געוואוסט אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט ערכאות אדער סירוב לדין תורה, איך האב געוואוסט אז זיי האבן מיט די תורה קיין שייכות, אבער מיטן רבי'ן זי"ע האבן זיי שוין אויך גארנישט ?! וויאזוי שעמען זיי זיך נישט אזוי בריש גלי צו טרעטן אויף די אפענע ווערטער פון הייליגן רבי'ן זי"ע אין ויואל משה ?!
וואו ווייט וועלן זיי נאך אנקומען ?!
תוקן על ידי - בא_ללמד - 24/07/2006 17:55:06
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 18:27 |
|
| |
און אגב, אז מען רעדט שוין, וועל איך אנווייזן איינס פון יוסף90'ס גרעסטע שקרים אין די פרשה, און דער אפענער און פרעכער ליגנט זאל דינען אלס באווייז אויף די איבריגע מער פארנעפלטע שקרים זיינע.
ער שרייבט צענדליגער מאל כאילו ר' משה חיים ווייס האט עמיצן גע'מסר'ט ביים מעלדן פאר די "רשם החברות" אז מען האט פאלש איבערגעשריבן די חברה, ווייל פעלשן א שטר קען ברענגען א שטראף פון תפיסה.
אפגעזען פונעם פאקט אז מעלדן פאר דעם "רשם החברות" אז עמיצער האט געפעלשט א שטר, איז פונקט ווי מעלדן פאר א "קאמישאנער אוו דיעד" אז עמיצער האט עפעס געגנב'עט. ביידע קענען אייניג ברענגען תפיסה... אבער דער פשוט'ער פאקט איז אז ניטאמאל דאס האט מען זיי געמאלדן.
איך ציטיר די שורות וואס יוסף90 שטרייכט אונטער:
נודע לח"מ [לחתום מטה] כי נעשו פעולות חסרי תוקף חוקי והוגשו דיווחי כזב לעניין פיטורי מנהלים ובכללם הרב משה חיים ווייס.
זעט עמיצער אין די ווערטער א ווארט אז עמיצער האט געפעלשט אונטערשריפטן ?! דא שטייט פראסט און פשוט - און אזוי ווערט מער ארויסגעברענגט שפעטער - אז משה פרידמאן וואס האט אריינגעשיקט צו דעם "רשם החברות" אז ער האט אויפגעזאגט ר' משה חיים, האט אים פאלש אויפגעזאגט, וויבאלד ער האט נישט קיין רעכט עס צו טון נישט זייענדיג אויף די באורד פון די קאאפערעישאן. עס קען זיין צענדליגער סיבות פארוואס ער איז נישט דארט.
אבער אמת דארף עס אויך זיין ?! דער עיקר איז אז יוסף90 האט עפעס וואס צו שרייען מיט גרויסע רויטע ווערטער און איבערזאגן הונדערטער מאל ביז ער אליין וועט גלייבן דערין.
דער איינציגער פאקט דא איז, אז די וואס פאררופן זיך אלס די פאן טרעגער פון די שיטה פון רביה"ק זי"ע, האבן דא ליידער געטרעטן אויף זיינע הייליגע ווערטער אויפן הארבסטן אופן, פאר די איינציגע סיבה ווייל ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער !

 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 19:23 |
|
| |
דיווחי כזב איז דער טייטש אז דיע גיסט אריין פאלשע באריכטן פאלשע דאקומענטן
און אינעם "קאפערעישאן" געזעץ האט עס א נאמען "רישום כוזב במסמכי תאגיד" וואס ווער עס פארלעצט עס איז באדראט מיט 5 יאר תפיסה
איצט קענסטו מאכן פשעט'לעך וויפיל די וויסט
צווייטענס די גאנצע דיעד פון די קאפארעישאן מיט'ן רבינ'ס זי"ע נאמען בעל ברך משה און כ"ק מרן רבינו שליט"ר מיט'ן נאמען פונעם געוועזענעם קרית יואל'ער רב און די נעמן פון ר"מ גבאי און ר"י טייטלבוים, האט מען נישט געטוישט פאר א יאר אדער א חודש פאר דער געוועזענער קרית יואל'ער רב מיט משה חיים ווייס האבן געשיקט זייער "מסירות" בריוו.
נאר 3 יאר בעפאר.
משה חיים ווייס האט געוואוסט דערפון עס איז געווען געזעצליך און ער האט גארנישט געטאן קעגן דעם.
אזוי אז די שרייבסט די פאקטן פאלשערהייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 19:43 |
|
| |
יוסף90
האט דער לאקאלער שיכור בכלל געשיקט א הזמנה פאר משה חיים ווייס יא אדער ניין?
איז ער געגאנגען אין געריכט און נאכדעם גענומען א היתר פון די דריי באמעס און אמעראצים יא אדער ניין?
וואס דרייסטו מיר א קאפ?
תירוצים זאלסטו געבן פאר דעם פאסטעל ארבעטער
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 21:51 |
|
| |
די מעשה מיט יצחק ראזענבערג קען איך נישט, איך בין נאר זיכער אז ווען עס וואלט געווען אזא מעשה וואלטן מיר שוין געהערט דערפון באלד ווי עס האט פאסירט, נישט יארן שפעטער אויסמעקנדיג דעם נאמען.
אפילו אויב ר' יצחק ראזענבערג האט יא עפעס געטון, איז עס העכסטנס א מחלוקה פון ר' יצחק ראזענבערג און רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, דו ביזט בארעכטיגט אנצונעמען וועמענ'ס מיינונג דו ווילסט, אבער נישט זיך צו רופן א סאטמארער תלמיד.
"דיווח כוזב" איז נישט "רישום כוזב", דיווח מיינט א באריכט, "רישום" מיינט אריינשרייבן אפיציעל.
דער גנב משה פרידמאן האט פאלש אריינגעגעבן א "באריכט" פאר די "רשם החברות" אז ער האט ארויסגעווארפן ר' משה חיים ווייס, ביז ווען ער האט דאס נישט געטון האט נישט אויסגעפעלט פאר קיינעם זיך צו מטפל זיין מיט זיינע הבלים, ערשט ווען די גנבים משה פרידמאן און רז"ל זענען געגאנגען אין געריכט קעגן די עירי', און דערנאך געלאפן צום רשם החברות אז זיי ווארפן ארויס די אמת'ע באורד מיטגלידער, דאן האט ר' משה חיים איינגעגעבן פאר זיי אז דער "באריכט" אז ער איז ארויסגעווארפן איז פאלש, ווייל משה פרידמאן איז נישט קיין באורד מיטגלידער.
און דאס האט הגאון רבי ניסים קארעליץ שליט"א אויך געזען ווי ווייט מען קען פארדרייען פאקטן, און דערויף האט ער ארויסגעגעבן דעם שארפן בריוו אז די זאליס זענען מרים יד בתורת משה, און זענען מחוייב ארויסצוגיין פון געריכט און זיך שטעלן צו דין תורה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 22:03 |
|
| |
דא דארף ארויס געברענגט ווערן נאך א נקודה למחשבה, אין קען זיין אז עס פארדינט אפילו א עקסטערע אשכול
ליינט אדורוך דעם היתר וואס זיי האבן פין משפט שלום!!! האט שוין אמאל פאסירט אזא זאך {חוץ משפט שלום} אז א בי"ד זאל אויסהערן איין זייט אן די צוייטע זייט אין נאך דערצי געבן א פסק אז מען מעג גיין אין געריכט???!!!!!!!
געוואלד!!!!!!!!!!!!!! אויב איין זייט איז געקימען צי דיר, דאן שיק א הזמנהא א די"ת , אדער גיב א צייטווייליגען עיקול פין בי"ד!!!! ווי האבן זיי די רעכט צי שרייבען אין בושה אז זייער פסק אז מען מעג גיין אין קארט איז געגעבן געווארן נאכען אויסהערן נאר איין זייט???????????
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2006 01:49 |
|
| |
בא ללמד ביסט א פאלנער שקרן א. ווי אזוי באריכטעט מען פאר'ן "רשם החברות" א באריכט, דורכ'ן טעלעפאן, דורך הייד פארק דורך אימעיל אדער דורכ'ן איינגעבן א פראטאקאל מיט אונטערשריפטן וועלכע רופט זיך "רישומים"
איז וואס דען דרייסטו דעם קאפ מיט א אונטערשייד פון רישום מיט דיווח.
ב. וועמען פארקויפסטו דיינע ליגענט'ס אאז משה חיים ווייס מיט דיין רבי'ס מסירה בריוו איז געשיקט געווארן נאך ווען מ'איז געגאנגען אין געריכט קעגן די עיריה.
משה חיים ווייס מיט די רבי דער געוועזענער קרית יואל'ער רב'ס מסירה בריוו איז געשריבן געווארן גענוי מיט א יאר צוריק כ"ח תמוז תשס"ה, און אין געריכט קעגן די עיריה איז מען הערשט אריין חודש אדר תשס"ו.
ג. וואס הייסט משה גבאי האט פאלשער הייט אפגעזאגט, די גאנצע קאפארעישאן האט עם אפגעזאגט, און מיט רעכט, "בעלי מניות" קענען אין האבן די רעכט צו אויפזאגן א מנהל, ר' משה גבאי מיט ר' ירמי' ט"ב מיט מרן רבינו הברך משה זי"ע, ובנו ממ"מ רבינו מהרי"י שליט"א האבן שוין געהאט זייערע "מניות" באקומען מיט 3 בעפאר, און עס איז געווען איינגעשריבן דריי יאר בעפאר, איצט האט מען נאר רויפגעזאגט משה חיים ווייס פון ,מנהל" שאפט.
ד. אין אפילו אויבער האט עס געמאכט פאלש דארפסטו עם רופן צו דין תורה נישט אריינשיקן אפיציעלע מסירות ומלשינות צום "רשם החברות".
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2006 01:02 |
|
| |
יוסף90.
דו ווייסט זייער גוט אז מיר קענסטו נישט פארקויפן דיינע באבקעס, וואס דעם אלגעמיינער עולם - נישט קענענדיג דיין שפראך - קענסטו פארדרייען דעם קאפ.
"רישום כוזב במסמכי תאגיד" באדייט די אומגעזעצליכע אקציע פון אריינשרייבן פאלשע פאקטן אין אפיציעלע דאקומענטן, וואס - טראץ וואס דו ביזט מודה אז דא זענען פארגעקומען פעלשערייען וואס קענען ברענגען תפיסה פאר די באטרעפנדע אויב מיר וואלטן עס געמסר'ט - אין פאקט איז דא נישט געמאלדן געווארן פאר די באהערדע אז איר האט געפעלשט די אונטערשריפטן, וואס ווען מיר וואלטן עס געטון וואלטן מיר געווען באפרייט פון אלע צרות און עגמת נפש וואס איר מאכט אן פאר די מוסדות.
אזויפיל האט מען יא געטון, אז מען האט געמאלדן פאר די "רשם החברות" (וואס איז פונקט ווי די אראנזש קאונטי קלערק'ס רעקארדינג אפיס, וואו ר' יעקב כהנא האט אריינגעגעבן זיין דעקלעראציע עש"ק שמות תשס"א) אז די פאפירן וואס משה פרידמאן האט אריינגעגעבן אז ער האט ארויסגעווארפן ר' משה חיים פון די הנהלה, זענען פאלשע פאפירן ווייל עס איז פונקט ווי בא ללמד אדער יוסף90 געבן אריין אזעלכע פאפירן, מיר האבן ביידע אייניג שייכות צו די חברה ווי משה פרידמאן (אויף ענגליש וואלט מען עס געשריבן NULL AND VOID, און אויף העברעאיש שרייבט מען עס "דיווח כוזב").
דאס אריינגעבן אזא מעלדונג פאר די רשם החברות איז פונקט ווי גיין מעלדן פאר הצלחה גראסערי אז די טאמעיטאס האלטן זיך ביים פארשימלען... עס האט כמעט די זעלבע אפעקט, און האט אייניגער שייכות מיט מסירה אדער הליכה לערכאות. אקוראט ווי ר' יעקב כהנא האט אויפגעטון מיט זיין דעקלעראציע אין אראנזש קאונטי...
אבער ווען מען האנדלט מיט אידן וואס האבן מיט די תורה די זעלבע שייכות ווי א מעלדונג פאר די רשם החברות מיט מסירה... דאן טרעפט מען זיך זייער שנעל אין געריכט, און אין ערגסטן פאל וועט מען טרעפן עטליכע שלשה רועי בקר וועלכע באשטעטיגן למפרע מיט בלינדע אויגן אז די געלט פון אליעזר קעסטענבוים איז געווען עכטע געלט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2006 01:22 |
|
| |
בא ללמד
איך האלט אז די זאלסט פאר דעם יוסף מער נישט ענטפערן די גיבסט אים נאר א געלעגענהייט, ער זאל קענענן איבער זאגן זיינע שטותים והבל איינמאל אין נאכאמאל אין נאך דערצי וועט ער קיינמאל נישט פארענטפערן עפעס וואס מען וועט פרעגן נאר ער וועט ככלב ששב אל קיאו זיך נעמען רעדן אין רעדן טענו בחיטין והודי בזכר קדשו
עס איז נישט דא קיין איינער וואס טראכט אז די בריוו פאר רשם התחברות איז מסירה ניטאמאל די וואס שרייבען אזוי האלטן אזוי!!!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2006 02:05 |
|
| |
בא ללמד
קודם ביסטו זיך נישט מתייחס צו מיינע ווערטער אז די פארקויפסט שקר ווי איך האב געשריבן פריער ווי פאלגענד: וועמען פארקויפסטו דיינע ליגענט'ס אאז משה חיים ווייס מיט דיין רבי'ס מסירה בריוו איז געשיקט געווארן נאך ווען מ'איז געגאנגען אין געריכט קעגן די עיריה.
משה חיים ווייס מיט די רבי דער געוועזענער קרית יואל'ער רב'ס מסירה בריוו איז געשריבן געווארן גענוי מיט א יאר צוריק כ"ח תמוז תשס"ה, און אין געריכט קעגן די עיריה איז מען הערשט אריין חודש אדר תשס"ו.
צווייטענס קיין שום פאלשע זאכן איז נישט פארגעקומען אין די קאפארעישן, אלעס איז פראטאקאלירט, אין קיינער האט נישט וואס צו מורא האבן, אין אי"ה וועט דאס יעדער קענען זעהן ביים אויסגאנג פון די קעיס, און פאקט אז עס איז דא דערווילל, א "עיקול" אין משה חיים ווייס קען נאר בויען וואס איז עם ערלויבט געווארן מיט די צושטימונג פון די קאפארעישאן, אבער מיט דעם אלעם די עבירה פון "מסירה" ווערט נישט געמאסטן צו עס איז אמת די צו נישט.
דריטענס , דיינע שקרים וואס די פארקויפסט אז גיין זיך ווענדן צו די רעגירונג און מסר'ן א צוייטן אז ער גוט איין פאלשע באריכטן איז נישט קיין מסירה, קענסטו פארקויפן פאר ר' שלום נחמן פילאפף נישט פאר מיר.
"רישום כוזב במסמכי תאגיד" מיינט, אז איינער שגוט אריין פאלשע פאפירן אין פאפירן פונעם קאפארעישאן, דאס וואס משה חיים ווייס מיט דיין רבי דער געוועזענעער קר"י רב האט געטאן, און נישט נאר דאס, פאר צווי מאנאטן צוריק האט משה חיים ווידער אריינגעשיקט "מסירות" צום ציוניסטישן "יוסטיץ דעפארטמענט" ווי ער באשולדיגט די די אייגענטימער פון "חברת קרית יואל בע"מ" אז זיי זענען זיך משתלט אויף א קאפארעישאן פאלשערהייט, וועלכע איז א קרימינאלע פאברעכן.
אויסער דעם, איז נישטא קיין ספק אז א פארלאנג צו איינפריזן א קאפארעישאן איז "ערכאות" לכל הדעות, אפילו הגר"נ קארעליץ שרייבט אין א ברייו אז איינער גוט איין א פאלנע קעגענערשאפט אין שטאט ראט קעגן א "זאאונינג" פלאן פון א צווייטן איז דאס "ערכאות", ק"ו ווען עס רעדט זיך פון א "מסירה" צום יוסטיץ דעפארטמענט ווי עס דראט א צווייטן תפיסה.
די דעקלערעישאן פון ר' יעקב כהנא האט נישט צוגענומען די קרית יואל'ער רעכטן צו מקבר זיין נפטרים, די איינפריזונג פון די קאפארעישאן און ארץ ישראל האט צוגענומען די אלע רעכטן פון די אייגענטמער, ויחי ההבדל הגדול
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2006 05:50 |
|
| |
יוסעלע לעבן, איך האב דיך געפרעגט פיר קשיות, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.
1- אויב איז משה חיים ווייס פאריאר געגאנגען אין קאורט, וואו זענען געווען די אלע פראפעשענעל סיגעטער מוחים? פארוואס האבן זיי נישט מוחה געווען קעגן אים אז ער גייט אין קאורט? 2- וואו איז יעצט כאטשיק הגריח"מ פר"מ מיט די פורים סיין בד"ץ? פארוואס הערט מען נישט פון זיי קיין איין ווארט אז ממעג דא גיין אין קאורט, און מדארף באצאלן גראבע געלטער פאר אהרן אלי' שפיצער און עפעס א לינדער פון ירושלים? 3- אויב האט משה חיים ווייס פאריאר געמסרט די סיגעטער גנבים, וויאזוי קען זיין אז די פאליס האט נאך קיינעם פון זיי נישט געזוכט, אדער אז די קאורט זאל פאסקענען פאר זיי תפיסה? 4- די פערדע קשיא איז, אויב האט יוסל90 אזעלכע ביוטיפל תירוצים אויף היידפארק, און ער דרוקט עס נאך אפ אין א קונטרס וואס מגייט ארומשיקן פאר גאנץ סאטמאר אויף די פאסט, פארוואס האט ער נישט געקענט באצאלן פאר אהרן אלי' שפיצער און די שלשה רועי בקר אז מזאל אריינרוקן די נארישע ליגענטס אין די "היתר"? פארוואס מוזן זיי זיך צוברעכן די ציין און צורייסן די ליפן צו זאגן עפעס א לייטיש ווארט פארוואס די סיגעטער מעגן גיין אין קאורט?
די תירוץ איז: די תורה האט די אייבערשטער געגעבן נאר פאר סאטמאר, אין סיגעט דארף מען נישט האלטן קיין איין ווארט פון די תורה אויב סקומט זיי נישט גוט אויס!!!!!!!!!!!!!!!!!!! סהייבט זיך נישט אן, סאטמאר איז בכלל נישט געגאנגען אין קאורט, די סיגעטער זענען געגאנגען אן קיין שום היתר פון קיינעם, אפילו פון זייערע אייגענע שווענצעלעך, אבער רז"ל פילאפף מיט הגריח"מ פריעדמאן האבן קיין שום פראבלעם דערמיט, ווייל לא דיברה תורה אלא כנגד סאטמאר!!!!!!!!
תוקן על ידי - כל_העולם - 27/07/2006 2:47:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 02:45 |
|
| |
יוסף90.
איך פארשטיי אז איר האט געטון א געפערליכע שייגעץ שטיק און אז איר האט א פראבלעם דערמיט, אבער דאס אלעס איז נאכנישט קיין תירוץ צו טאנצן פון איין שקר צום צווייטן אבי נישט צו ענטפערן אויף די ברענענדיגע פראגעס.
בנוגע אויב עס איז געווען פאלשע זאכן אין די קאפערעישאן, אין דעם וועל איך יעצט נישט אריינגיין, איך האף נאר אז עס זאל נישט קומען אז א איד זאל דארפן זיצן, וואס דאן וועט זיך משה פרידמאן האבן אליין געשאסן אין די פיס דורך אריינשלעפן דעם סכסוך אין געריכט.
צווייטנ'ס, אפילו אויב ר' משה חיים ווייס וואלט יא אויפגעברענגט אין געריכט אז דא זענען געטון געווארן פאלשע זאכן, וואלט עס נאך אלץ נישט געווען קיין מסירה. דען ביים דאזיגן געריכט איז יעצט נישט געפירט געווארן קיין קרימינאלע משפטים, נאר א ציווילער סכסוך. א קרימינאלע קלאגע דארף באזונדער געברענגט ווערן פארן אנקלעגער, וועלכער באטראכט די קלאגע ביי א באזונדערן געריכט.
דער הארטער מציאות איז אז אפילו ווען מען זאגט אין געריכט אז יענער האט געטון קרימינאלע שריט ווערט יענער נישט אנגעקלאגט דערפאר, עס מוז זיין א קלעגער וואס זאל קלאגן קרימינאל. דאס איז דער איינפיר אין יעדן איינציגן יורידישן סיסטעם אויף דער וועלט (אויסער ביי די קאמוניסטן...).
דאס איז שוין אפילו לו יהא כדבריך (וואס יעצט קומסטו שוין מיט א נייע מעשה פון צוויי חדשים צוריק, אויף וואס דו ברענגסט ניטאמאל קיין באווייז) אז ר' משה חיים האט געזאגט פאר דעם "רשם החברות" אז עס זענען באגאנגען געווארן קרימינאלע שריט, וואלט נאך אלץ נישט געדראעט פאר קיינעם גארנישט ווי לאנג ער וואלט געגאנגען און אנגעקלאגט בידים די גנבים משה פרידמאן און רז"ל טייטלבוים.
וואס דו ברענגסט פון רבי ניסים איז לגמרי נישט רעלעוואנט, ווייל רבי ניסים ווייסט אויך וואס ער האט געשריבן, מיט דעם אלעם פסק'עט ער קלאר אז איר זענט הולכים לערכאות און מרימים יד בתורת משה.
עס איז מיר נאר א וואונדער וויאזוי דו וואגסט זיך צו ציטירן פון הגאון רבי ניסים, דאס וואס ער איז מתיר די בחירות, נו מילא, אבער ער איז דאך ארויסגעגאנגען אקעגן די זאליס, וואס דאס פאר זיך איז דאך אן איסור פון "יהרג ואל יעבור" ?!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 18:35 |
|
| |
בא_ללמד
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון א "מסירה" מעסט זיך נישט צו מ'עפענט א אויזפארשונג צו נישט, צווייטענס די "מסירה" האט ער נאנגעגעבן אויסערן געריכט אויך אין "יוסטיץ דעפערטמענט" וואס נארמאלערהייט דארף עפענען א "קלאגע" אין א אויספארשונג קעגן וועם מ'טענה'עט די טענות הזיוף.
אויך פון ר' יוסל וואלדמאן'ס קלאגעס אין די פרעסע אדער אין "רעקארד" איז קיינער נישט געזעצן, אבער מיט דעם אלעם האט איר געשריגן אז עס איז מסירה.
לגבי דיין פראגע פונעם דאקומענט פאר צווי מאנאטן, ווי דיין קאלעגער דער לויער וואס פארטרעט דיין געוועזענעם קרית יואל'ער רב מיט משה חיים ווייס מסר'ן די "בעלי מניות" מיט הארבע מלשינות, קענסט עס זעהן אין דעם קונטרס "להסיר המסוה" פעידזש יז.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 18:37 |
|
| |
איך דארף נישט ר' ניסים קארעליץ פאר א ראי' לצדקת מעשינו
די ווערטער פון ר' ניסים האב איך געברענגט נאר לשיטתכם ולדעתכם וועלכער איז געווארן אייער בר סמכא אין דעם סכסוך.
|
|
|
|
|