בית פורומים כל העולם כולו

wassa, דאס פארשטיי איך שוין טאקע נישט !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/7/2006 09:47 לינק ישיר 
wassa, דאס פארשטיי איך שוין טאקע נישט !

מילא דאס גיין מיט די אראבער איז נאך א האלבע צרה, כאטש רביה"ק זי"ע איז געווען להשמיד אקעגן די וואס האבן עס געטון, אבער מען האט עס נאך געקענט אביסל פארשטיין , בפרט ווען ר' עמרם בלוי איז למעשה אויך געגאנגען.

אבער דער דאזיגער בילד נעמט מיר ממש ארויס פון די כלים !

אן אריינצוגיין אין די עצם רעליגיע, וואס איז געשאפן געווארן דורך סיסטעמאטישער מארד, און איז דורכגעפלאכטן, סיי אין שריפט סיי אין היסטאריע, מיט בלוט פון מיליאנען מענטשן. איך וועל אויך נישט אנצייגן אז מען דארף בלויז קוקן אויף די פנימ'ער ארום דעם שילד זעט מען גלייך דאס "רחמנות" און "פרידן" וואס שיינט אראפ פון די פרצופים...

אבער וואס דארף דער טיפישער אמעריקאנער גוי טראכטן דערוועגן ?! אז חרדי'שע אידן זאגן אז דער ארכי-טעראריסט ימ"ש וועלכער פאררופט זיך אויפן איסלאם ער זוכט "פרידן" ?!

איז פאראן א גרעסערער התגרות באומות ווי דאס ? איז דער אמעריקאנער גוי נישט קיין כשר'ער גוי ?!

עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ !




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2006 09:48 לינק ישיר 

feineryid:

אזוי וויא די עוולה
שרייט אזוי הויך!!  וויל איך הערען פין אנדערע גולשים צי איך בין
גערעכט!!!



אין פורום בחדרי חדרים האט WASS DIFF אריין געשטעלט א בילד וויא די
עקסרעמיסטען מיטען חסידישע לבוש טויען זיך ארומנעמען מיט אראבער וואס עס
איז לית מן דפליג  (אויסער ר אברהם לייטנער ) אז די
אראבער זענען זיכער AT LEAST  אזעלעכע רוצחים וויא די ציונים 
אין וויא איז מעגליך אז יודישע קינדער בני אברהם יצחק ויעקב זעלען ליידער
פאלען צי אזא א שפל המצב אז זיי האבען זיך באפריינדען מיט די גרעסטע
רוצחים אין די וועלט די מערדערישע היזבאלה וואס ווערט אנגעפירט פין די
רוצחים אין איראן!!!!



ספעציעל וויא געטרויען זיך יודען וואס זייערע טאטעס אין זיידעס זענען אריין געלאזט געווארען  נאך אוישוויטץ אין דעם מלכות

של חסד אמעריקע שטיין ציזאמען מיט די גרעסטע שונאים פין אמעריקע די היזבאלה,חאמאס,איראן בעת  די וועלט פלאקערט

אין איראן סטראשעט די אמעריקע אין די גאנצע וועלט מיט זייער אטאם באמבע

איז דען פארהאנען א גרעסערע רשעות אין מרידה באימות פין דעם!!!

עס איז א גואל הנפש די מעשה פין די פאלטשע קנאים אין זיי זענען עתיד ליתן את הדין!!!!!!

מיר תלמידים פין רבין געדענקען פאר ארים 30 יאר צירוק איז מען געגאנגען א
מוצאיי שבת פראטעסטירען א קעגען גאלדע מאיר שר"י  אין NYC אין מיר
האבען געטראפען אז די אראבער טוהן אויך פראטעסטירען האבען מיר געמאכט א
בואי בשלום אין מיר זענען צריק געפארען קיין וויליעמסבורג ע'פ הוראת פין
דעם רבין עס איז קינעם נישט בייגעפאלען צי זיין קליגער פין רבין אין
פראווענען פאלטשע קנאות, אין אזוי האט במפורש געהאלטען די בעל בירך משה
אין איך וועל דיר אן עצה געבען וועסט אריין גיין צי כ"ק רבינו שליטא
וועסטו זעהן אז ער האלט אויך אזוי,

אין אזא האקעלע ענין קען מען נישט אליין פסקענען אן די דעת פין אינזערע גדוליי התורה



אין פארדעם האט זיי די באשעפער מכשיל געוועהן אין עס איז ניתגלה געווארען זייער פאלטשקייט

באשר אויף די חברישער בילד פין די פאלטשע קנאום מיט זייער ברידער די
אראבער זעט  מען  א שרעקליכער בילד אז עס שטייט האנט ביי האנט א
יוד מיט א ביבער היט אין בעקיטשע מיט שווארצע זאקען ציזאם מיט א חצופה
וואס גייט אנגעטהון

מיט א שרעקלעכע פרוצות וויא די גוים גייען אנגעטהון זימער,  אין ער
שטייט  האנט ביי האנט לעבען דעם  חצופה אין דער אזוי געריפענער
חסידישער יונגערמאן שטייט לעבען איר אן שום בושה!!!


איז טאקע די מצוה פין פאלטשע קנאות דוחה עריות?   !!!!!

נאר אז מעזאגט מאי אהני לי רבני אין מטוט מיטען אייגענעם שכל איז עס פאטשע קנאות אין מווערט ניתגלה

אזעלעכע מענטשען האבען די דין פין רודפים פין כלל ישראל אין מדארף זיי מרחק זיין עד חרמה!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2006 10:09 לינק ישיר 

דאס איז זיכער אז ר" עמרם בלוי ע"ה האט געמיינט לשם שמים

פינדעסוועגען האבען אינזערע גדוליי ישראל אין צדיקים נישט מסכים געוועהן לדעתו אין דעם ענין אין אויך האבען די גדולים נישט מסכים געוועהן לדעתו אין זיינע פערזענדלעכע ענינים וד"ל

דערפאר אזוי וויא  אינזער גרויסער רבי דער בעל דבריי יואל וואס איז געוועהן די רבן של כל בני הגולה האט אינז געזאגט די דעת התורה אין  קנאות אין אויך אין אנדערע ענינים זענען זיינע הוראות אינז מחייב ולאורו ניסע ונילך!!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2006 10:47 לינק ישיר 

בא ללמד
וואו זעהסט דו דא עפעס א ווארט וועגען טעראריזם?
ביסט פון די מענטשען וואס גלייבען אז יעדער אראבער אין די וועלט איז  א טעראריסט? ווייל דא אין אמעריקא הייסט דאס א    
STEREOTYPE
און RASICM
וואס זעהסט דו דא אין דער בילד? איך זעה א איד און להבדיל אן אראבער, וואס שטייען און שמייכלען און דער אראבער זאגט אז איסלאם איז א פרידליכע רעליגיע.
וואס זעהט דא א נארמאלער גוי? אז אידען מיט אראבער קענען דורכקומען, אז די פראבלעם איז נישט רעליגיע נאר ציוניזם.
איך זעה נישט די פראבלעם דא.

פיינעראיד.
ביסט מסתמא א פיינעראיד אבער איך האב נישט קיין כח צו ליינען דיינע לאנגע מגילות. וועסט מיך מוזען מוחל זיין.
קענסט ווייטער שרייבען געזונטערהייט אבער אויב ס'געוואנדען צו מיר איז עס פשוט ארויסגעווארפענער מיה.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/7/2006 12:08 לינק ישיר 

טייערער קאלאגע  WASSA

צער לי עליך אז עס איז דיר מער באקוועמט צי שטיין אויף איין זייט מיט די זעלסגעקרוינטע  קנאים וואס רוב פין זיי זענען אימציפרידענע קראנקע איפכא מיתברהניקעס וואס זענען אויסגעשפיגען פין כלל ישראל, אז  פאסט  זיך נישט פאר א חסיד פין אינזער רבי שליטא

גאר לעצטענס האט מען ביי ר" לייבוש לייזער שליטא ארויסגעווארפען איינעם פרידמאן פין זיין ביהמד וואס האט פראטעסטירט מיט זיינע ברידער "די אראבער" אין ר" לייבוש לייזער האט עם נישט געלאזט פראווענען  די ברית!!!   פאר זיין קינד אין זיין ביהמד!!!

מיסתמה ביסטו פין יונגערען דור אין די געדענקס נישט וויא די רבי  דער בעל דברי יואל האט גרודעפט די איבערגעטריבענע אין זעלסגעקרויטע קנאים

אויך געדענסטו נישט ווען א בחור אין מיין רבינס זצל ישיבה דער בעל דברי יואל  האט אראפגעריסען א ציאניסטישע פאן אין די שול וואס איז געשטאנען שיף א קעגען דעם רבינס דירה אויף בעדפארד עווע. (עס באלאנגט היינט צי ווין )  אין די רבי האט אנגעווארענט די בחורים אז זיי וועלען ליידען אין זייער לעבען פין די אימגעבעטענע מעשים, דער בחור האט זיך געבעטען ביים רבין ער זאל עם מוחל זיין  (ליידער דער האט א סאך מיטגעמאכט שפעטער אין לעבען)

 מיר זענען געבענשט מיט האבען א רבי שליטא וואס איז א גדול בתורה אין ער דארף נישט אנציקימען אין נאכגעבען די עקסטרעמיסטען אין משוגאים (דיזע אויסדריקען איז נישט גווענדעט א קעגען דיר)

איך וואלט מיך זייער געפרייט ווען איינער קען מיר מסביר  זיין למשל  וואס פאר א שייכות עס האט מיט קנאות דאס וואס ר מנשה פליף האט געשרבען אין דער צייטונג:

"אז SEP. 11   איז זיך געקימען פאר אמעריקע וויל זיי זאגען כוחי ועוצם ידי"  !!!!!!

איך שרייב דאס בכדי צי וויזען פארן עולם די קרימע סברות כרסיות וואס די איפכא מיסתברא אזוי געריפענע קנאים טראגען זיך ארום אין מוח!!!!!!

א מענטש וואס די גאנצא פרנסה קימט צי עם פין דעם  מלכות של חסד  אמעריקע ממש  פין עסען ביזן דירה אין אלע מעדיקעל עקספענסעס פאר אלע זיינע דרייצען קינדער !!!

וויא איז דא א ביסעל  מעטשלעכקייט אין הכרת טוב פאר די לאנד וואס  טיט עם אזויפיל  גיטס!!  פארוואס איז ער נישט מקיים דעם פסוק ודירשו את שלום העיר!!!!

פארוואס שטויסט ער די הענט וואס געט עם צי עסען!!!

אין פין וויא האט ער די סמיכה צי מאכען אייגענע הלכה בויך סברות  אז אמריקע האט זיך גאר איינגערעדט כוחי ועוצם ידי
אין סאיז זיך געקימען פאר די 3000 טויזענט מענטשען צי ווערען געהארגעט  וועגען כוחי ועוצם ידי???

, האט ער דאס געהרט פין רבין זצל???!!!

ווער האט עם געמאכט דעם BOOKEEPER פין הימעל דן צי זיין אויף אמעריקעס עבירות!!!!!!!!


אזא א פנים האבען די אלא פאלטשע קנאים וואס האבען זיך איינגערעט אז זיי זענען געקרוינט געווארען צי זיין  מנהיגים פין כלל ישראל  וויא למשל ר אברהם לייטנער אין זיי פארשטייען בעסער פין דעם בעל דברי יואל די הילכות קנאות

איך  וואלט מייעץ געוועהן אז ר מנשה פיליף זאל גיין אין די זאקען אין איבערבעטען די משפחות ביגעלאייזען וואס זייער טאטע
איז געהרגעט געוורען אין די TWIN TOWERS  אין אנדערע יודען וואס האבען גארנישט קיין שיכות מיט כוחי ועוצם ידי

אין איך וויל דיך פרעגען WASSA!!!

די פארקרימטע קנאים טראגען א  סיין   ISLAM IS PEACE  !!!!!!

די זעלבע ISLAM וואס האט געהארגעט   3,000  מענטשען= יודען אחב"י אין גוים פין אינזער מלכות של חסד,
וויא קענען מענטשען שטיצען אזולעכע פאלטשע  קנאים אין אכזרים וואס ריפען אן די מערדערס פין 30000  מענשען!!!
 PEACE LOVERS ר"ל

תמה תמה אקרא!!!





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2006 18:08 לינק ישיר 

נבוכדנאצר
איך הער דיין קריטיק און איך וועל דיר ענטפערען אין אישי.
יעדענפאלס, איך האב באקומען די בילדער אין אימייל און ארויפגעלייגט אין בח"ח אלץ נייעס באריכט, נישט אלץ קנאות.

עווערעדזש
איך מיין אז די אראבער האלט די שילד און ער שטייט אונטער דעם.
אויב ער האלט עס איז עס לכאורה יא א פראבלעם און איך וועל עם איבערגעבען די הערה.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/7/2006 18:40 לינק ישיר 

נבוכדנצר

איי אגרי וויס יא 100 פראצענט

איך וויל נאר צולייגן

איראן מיט אמעריקע איז א חילוק הימל און ערד (איך זאג נישט אז אין איראן מעג מען יא אבער)
דא האסטו אין אמעריקע די גאנצע מידי און דעם פרעזידענט זענען ביזי וויאזוי ארויסצונעמען די אמעריקאנע בירגער פון לבנון געב א קוק למשל אמעריקע'ס גרעסטע נייעס סטאנציע CNN די לעצטע פאר טעג זעט מען אויף זייער פראנט פעידזש נאר בילדער ווי אמעריקאנער בעטן זיך מען זאל זיי ארויסנעמען פון דארט און דו קומסט אין סאמע ברען מאנהעטן און שרייסט מיט מיט די אראבער (לעת עתה אמעריקעס שונא) אז זיי מיינען פרידן...
וואס זאגט דער אמעריקאנער גוי?
דער אמעריקנער האט קיין ויואל משה נישט געלענרעט און סאיז סך אסאך א גרעסער התגרות באומות (אויף אמעריקע) ווי הייקינדס שרייען אין ב"פ אויף די אלוועטליכע אראבער (איך זאג נישט אז ער מעג) אבער דא אין אמעריקע איז עס זיכער אנדערש ווי ווען זיי גייען צו די אראבער דארט זאגן אז זיי זענען נישט קיין ציונים

צווייטענס ווען דו גייסט אליין אן זיי די אראבער און אן שרייען איסלאם און זאגסט אז אידן זענען נישט קיין ציונים איז איין זאך אבער זיך האלזען מיט זיי ווען אמעריקאנער ברידערס שטארבען יעדען טאג פון די אראבער (ווי אימער אויף דער וועלט) רייצט אים עס זייער אויף און סאיז א שרעקליכער התגרות באומות 

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 20/07/2006 19:27:11



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2006 21:08 לינק ישיר 

וואסא דיף: אמת, עס קען טאקע זיין  אז די אראבער אין די בילד זענען א פאלק פון שלום. אבער טאקע דערפאר איז עס א שאד פאר דיך וכת דיליך צו פרובירן זיך מדמה צו זיין צו די אראבער. נישט ווייל עס איז א חילול השם איום ונורא, נאר ווייל עס וועט ענק קיינמאל נישט געלונגען. איך גלייב נישט אז די אראבער וועלן אמאל אזוי פיינט האבן א בן ארץ ישראל ווי ענק.

אויף די זייט: א שטיק צייט צירוק האסטו געהאקט פעך און שוועבל אקעגן די וואס וואוינען אין בארא פארק. אויך האסטו געהאקט מיט די ערגסטע לשונות אקעגן די וואס פאלגן נאך רבנים וואס גייען נישט פונקטליך נאך די עקסטרעמיסטישע לייף-סטייל מיט וועלכע די לעבסט. וויל איך נאר פרעגן, זענען די אראבער, טאקע א פאלק פון שלום אבער פארט שונאי ישראל, בעסער ווי אידן וואס זענען אנדערש ווי דיך בכל שהוא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > wassa, דאס פארשטיי איך שוין טאקע נישט !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext