| נשלח ב-20/7/2006 14:22 |
|
| |
איז נטורי קרתא סאטמאר?
איך וואלט זיי אנגערופן ''אקטיוויסטען'' וואס נעמען סאטמאר רביס שיטה למעשה,
די ארונים מיט די זאלוינים, און אלעס אינדערמיט, - זיי פארשווייגען און פארשטימען דעם סאטמאר רבין'ס קללות און יללות קעגן די ציונים און זיין אבסאלוטער שיטה אז די '''וועלט''' מוז וויסן אז די אידן זענען קעגן די ציונים. - צו ווייל זיי שעמן זיך דערמיט, אדער פשוט זיי האלטן ער האט געמאכט א טעות.
אבער דאס איז זיכער אז סאטמאר רבס שיטה ווערט אויפגעלעבט אז דער גאנצער וועלט זעהט אז ערליכע אידן זענען קעגן די ציונים.
דער שאלה איז אבער קען זיין אז סאטמאר רב האט נישט באמת געמיינט אויף אזוי ווייט, ער האט טאקע געבעטען מען זאל גיין קיין מאנהעטן שרייען און העצן קעגן די ציונים, אבער אפשר טאקע האט ער עס בעיקר געמיינט צו האלטן זיין עולם מען זאל נישט גיין קיין ארץ ישראל, און זיך דערווייטערן כדי אפצוהיטן דעם אמאליגען אונגערישען אייראפישען פרומען דרך ישראל סבא,
סאיז דאך נישט מעגליך אז ער איז געווען א פאלנער קאלט בלוטיגער רוצח וואס זאל אינמיטן אזא סכנה וואס טויזענטע קלויזענבארגע וויזיצע גורע און ליטווישע אידן בארצינו הקדושה געפינען זיך ארויסגיין מיט די אראבישע מערדער קעגן מדינת ישראל.
אלזא אויב איינער קען אביסל ווארפן ליכט אויף סאטמאר רב'ס מיינונג איז דאס טאקע פארוויקליכט געווארן מיט נטורי קרתא פרטעסטען אדער זיי זענען מער עקסטרעם.?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2006 14:27 |
|
| |
אלס א פערסענאל נאטיץ, מוז איך צוגעבן, אז ווי שטארק דאס באדערט מיך זעהנדיג ווי פרומע אידן שטעלן זיך צו צוזאמן מיט מיין פאלק'ס מערדער.
טראכט איך מיך אז טאקע ווער זאגט אז מיר סאטמארע מוזן זיך פילן ווי ברודער מיט תושבי ארץ ישראל, למעשה רוב פון זיי גייען יא צו די בחירות, וואס איז יהרג ואל יעבור, און נעמען יא געלט פון די גרעסטע עבודה זרה אין היסטאריע, נו קומט זיי דאך מיתה סיי ווי סיי.
אבער דאך קען איך נישט גלייבן אז סאטמאר רב זאל האבן אויך אזוי געהאלטן ווי מיר פערזענליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2006 21:35 |
|
| |
ווי מאדנע דאס קוקט אויס, איז אבער דער פאקט, אז בלויז עטליכע און צוואנציג יאר נאך דער סאטמארער רבי'נס פטירה, זענען דא אמווייניגסטנס פינף כלליות'דיגע שיטות אין זיין מהלך:
1) אהרונים: סאטמארער רבי איז געווען אן איש חכם וישר, א דורכגעטריבענער קלוגער מאן. ער איז געווען קעגן די ציונים בעיקר צוליב דער סתירה צו אידישקייט, דאס האט אים געשטערט, און אויף דעם האט ער מוחה געווען. בכלל, איז ער געווען א גאר פראקטישער מענטש, ער האט פארשטאנען צום דור, און אייביג געוואוסט ווען און וואו זיך צו בייגן צו נייע אנטוויקלונגען. למשל, דער שאטענשטיין-ארטסראול גמרא, וואלט ער זיכער אנערקענט אלס א שטארקער תועלת פאר בעלי בתים וועלכע זענען קובע עיתים לתורה.
2) עדה החרדית
3) זאלונים
4) נטרונא
5) נטורי קרתא
זייערע שיטות, בל"נ א צווייטן מאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2006 15:27 |
|
| |
העי, העי, האלד איט!
ווי האסטו געזען אז די ארונים האבן מתיר געוואן ארט סקראול?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2006 14:58 |
|
| |
דאס איז זיכער אז די היינטיגע סאטמארע זענען שוין לאנג נישט אזוי אקטיוו אין פרעדיגן קעגן די ציונים. זיי זענען שוין היינט פארנומען מיט זייער אייגענע פושעים, וואס ווענט זיך וועם די פרעגסט, איז עס אדער די אהרונים אדער די זאלונים.
עס איז שוין לאנג נישט געווען קיינע פראטעסטן ווי דער סארט וועלכע איז אפגעהאלטען געווארען אין די צייטען ווען דער סאטמארער רבי האט געלעבט. דער התאחדות הרבנים דארצויסהאבריס-ווע-קא-נא-דא איז שוין לאנג נישט קיין אנגעזעהנע אויטריטעט און איז היינט פארעכענט פאר א קווארטיר פון קארופציע און פאלשקייט. (ניין, מיינט נישט אז איך האב עפעס פערסאניל קעגן זיי, איך האלט אז דאס איז פשוט דער טרוקענער מציאות וואס גייט היינט פאר).
פון די אנדערע זייט, די נטורי קרתא טוט בפירוש נישט רעפרעזענטירען סאטמאר. זיי ציילען אפאר נארישע אידעלעך וואס האבן ליידער נישט וואס צו טון מיטן ליידיגען טאג און האבן זיך ברוך השם געטראפען ווי אזוי דורך צו פירן דעם טאג, און נוצן דערצו דעם סאטמארען רבי'נס שיטה קעגן די ציונים אלס א באזיס צו זייערע משוגעת'ן. איך בין נישט פון דיע וואס וועלן זאגן אויף זיי ימח שמם אזוי ווי אסאך פירן זיך, ווייל איך האלט נישט אז עס קומט דארויף אזא קללה. פונקט ווי איך זאג נישט אויף א מחלל שבת "ימח שמו" כאטש אפשר (איך ווייס נישט) עס קומט אים אזא טיטל, האלט איך נישט אז עס קומט זיי דעם אויסדריק ווייל איך בין נישט זיכער אז דאס וואס זיי טוען איז ערגער ווי חילול שבת. די סאטמארער רבי איז באוויסט אז ער האט די "שווארצע" ארויסגעווארפן און ער האט זיך מיט זיי נישט געוואלט אינדענטיפיצירען. ער איז קיינמאל מיט די אראבער נישט געגאנגען פראטעסטירען און מיר דארפען נישט זיין קלוגער ווי אים און נישט קלוגער ווי דער אנגענומענער לאגיק. עס איז דא היינט גענוג רבנים, און ביזדערוויל האב איך נישט געזעהן קיין איינע פון זיי ביי איינע פון זייערע פראטעסטן. נעם יעדע בילד פון איינע פון די פראטעסטן און אלעמאל וועסטו טרעפן די זעלבע פאר שוטים מיט די נארישע שילדן וועלכע ברענגן מיר געלעכטער יעדע מאל באזינדער.
אלזא, היינט זענען מיר געבליבן אן גארנישט. דער היינטיגער סאטמאר איז נישט דאס וואס איז געווען, און ווידעראום די נטורי קרתא איז אויך נישט דאס וואס דער סאטמארער רבי האט געוואלט.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2006 02:42 |
|
| |
משוגענער,
ווילאנג דו שרייבסט מיט דעם ניק, וועט קיינער דיר נישט ענטפערן, דו וועסט אייביק בלייבן גערעכט....
דאס איז א גוטער איידיע אין פובליק אויך נישט נאר אויף אינטערנעט....
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2008 07:59 |
|
| |
נטורי קרתא האט נישט קיין שייכות מיט סאטמאר ווי עס ווייסט יעדער וואס עס ווייסט זענען זיי אין סטמאר קיינמאל נישט געווען wellcome און דער סאטמאר רב זצ"ל האט מישט סובל געווען ווען זיי האמן געטוען ווילדע מעשים
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2008 02:33 |
|
| |
דער פאקט איז אבער אז אין סאטמער זענען זיי וועלקאם, זייערע קינדער לערנען אין סאטמער, זיי זענען זיך משדך מיט סאטמערע, איך ווייס נישט ווי אזוי עס איז דע גאנצע וועלט, אין דעם פלאץ ווי איך בין, ווען די וועסט רעדען מיט א סאטמרער וועט ער דיך זאגען אז דע נטורי קרתא זענען משוגעוים, מען דארף זיי אויף הענגען אויף איין בוים מיט דע אראבער אין מיט דע ציונעם, אבער למעשה נעמט מען זיי אויף מיט כבוד מלכים אין סאטמער און מען קלאפט זיי אין דע פלייצע, ווי איינער זאגט זכה מלאכתו נעשה על ידי אחרים, ווען ענק וואלטען נישט געפארען קיין איראן זעך קישען מיט אחמאדזינאד וולטען אונז געדארפט פארען.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2008 17:33 |
|
| |
ס'זיכער נישט אלע סאטמארע'ס אזוי, ווייל ס'איז ארויסגעקומען א קול קורא פון א סאטמארע בית דין אקעגן זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2008 04:05 |
|
| |
עס זעט אויס, לאנדסמאן, אז דו ביסט נישט באקאנט מיט די פרטים פון דעם סאטמארער "בי"ד". דאס איז א בי"ד פונקט ווי די אמאליגע איראק האט געהאט א וואל-סיסטעם...
עס איז געגרונדעט געווארן דורך ז"ל טייטלבוים פאר עטליכע יאר צוריק כדי צו האבן א מכובד'יגע פלאטפארמע אויף וועלכער צו שטיין בעת'ן ארויסגעבן זיינע פאשקעווילן קעגן זיין ברודער ר' אהרן.
דער בי"ד האט נאך נישט ארויסגעגעבן קיין שום פסק הלכה חוץ אז מען דארף מאכן א ברכה אויף ערובי חצרות אפילו עס איז דא אן עירוב, אז מען טאר נישט גיין אינדיאנע שייטלעך, אז ז"ל ט"ב איז דער סאטמארער רבי, און אז דער עירוב וועלכער איז געווען אויף ראדני סטריט "איז בלויז געווען פאר די גוים"... (כ'האב מסתמא אויסגעלאזט נאך עטליכע פאליטיש-מאטיווירטע "פסקים" וואס זענען ארויסגעקומען אין לויף פון די יארן.)
דער דאזיגער "בי"ד" האט טאקע ארויסגעגעבן א צעטל קעגן די ניטורי קרתא, אבער די גרעסטע שישקעס פון צווישן זיי, ווי בנציון שווארץ וועלכער איז געווען אין דער דעליגאציע צו אכמעדינעדזשאד ווען ער איז געווען אין דער יו-ען, זענען נאנט צו דער ז"ל-ט"ב-פירערשאפט.
איך מיין אז עס פעלט דא אויס צוצולייגן אז איך בין נישט קיין סאטמארער, און אז איך האב נישט קיין שום פאליטישע אינטערעסן מיט'ן אויסדרוקן די דאזיגע מיינונג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2008 16:55 |
|
| |
אינטרעסאנט, איך געדענק אז יענע צייט, איז געווען געדרוקט א בילד פון די צעטל אין די ''משפחה'', אין עברית.
דארטן איז געשטאנען אז די וואס זענען געגאנגען קיין איראן, טארן נישט האבן קיין דריסת הרגל אין סאטמארע בתי מדרשים.
אויך געדענק איך אז די ארונים האבן גארנישט געשריבן אקעגן זיי.
ווייזט אויס אז מיט דעם אלעם, איז סאטמאר נאך אלץ נאנט מיט זיי.
|
|
|
|
|