בני ברק: פארוואס זענען די זאליס אזוי נערוועז
ליינט ס'איז אינטרעסאנט!!! דאס איז וואס יוסף90 האט געשריבן
מעכטיגער דורכפאל פאר די אהרונים און הר' אהרן טייטלבוים אין בני ברק. זיבן יאר וואס מ'פארקויפט פאר די וועלט אז אהרן האט הונדערט פראצענט ציבור אין בני ברק, און איצט די וואך שטעלט זיך גאר ארויס אז ער האט א פערטל ציבור אבער זיכער וויניגער ווי 50 פראצענט די אהרונים און דער לויער פון הר' אהרן טייטלבוים און הר' משה חיים ווייס האבן איינגעגעבן און געריכט נעכטן דאנערשטאג פאפירן און דאקומענו מיט אונטערשריפטן פון די קהלה און בני ברק וועלכע שרייבן אונטער אויף א נוסח אז אהרן טייטלבוים איז רבי, און אז זיי ווילן אז משה חיים ווייס דער מנהל המוסדות זאל ווייטער בויען די הייזער אויפ'ן "לאט" וכו'. און "לוח" (דיירעקטערי בוך) פון מרכז מוסדות יטב לב דסאטמאר בני ברק ערשיינט און אין די ליסטע פון אנ"ש 800 נעמען. די אהרונים זאגן אז זיי האבן אקטיווע מעמבער'ס וועלכע שיקן די קינדער אין די מוסדות און דאווענען אין די סאטמטארער בתי מדרשים 450 מיטגלידער אבער אויף דעם אויבערדערמאנטן אהרן טייטלבוים'ס הכתרה'ס צעטל וועלכע איז אנגעגעבן דאנערשטאג אין געריכט האבן אונטערגעשריבן בלויז 220 מיטגלידער, וואס דאס מיינט אז 230 סאטמארער מיטגלידער פון בני ברק האבן נישט אונטערגעשריבן אויף אהרן'ס הכתרה צעטל בסך הכל: לויט'ן לוח המוסדות האבן א קנאפע 28 פראצענט פון די ליסטע אונטערגעשריבן אויף אהרן'ס הכתרה, און לויט די אפיציעלע נומבער פון די אהרונים האבן אונטערגעשריבן ווייניגער ווי העלפט. אהרן'ס הכתרה צעטל פון בני ברק וועלכע איז איינגעגעבן געווארן נעכטן אין געריכט איז די ליצנות פון שטאט.
דא האט איר א אמתדיג'ן באריכט וועגן די חתימות.
אינעם סאטמאר'ן לוח פון די "מרכז מוסדות יטב לב ד'סאטמאר בני-ברק" איז דא 770 משפחות, פון דעם זענען 450 עכטע סאטמאר'ע חסידים. (וואוינען אין בני ברק) געבעטן געווארן צו חתמ'ענען איז נאר משפחות וואס וואוינען אינעם ארטיגן שיכון קרית יואל.
יעצט אזוי: אין שיכון קרית יואל (די דירות וואס געהערט פאר די מוסדות) וואוינען פונקט 247 משפחות, אויף די צעטלעך וואס איך האב אין מיין באזיס זענען פאראן 221 חתימות. דאס איז א ערך פון 90 פראצענט. פון דעם זענען 16 משפחות וואס האבן זיך געבעטן אז זיי ווילן זיך נישט מישן אין די פאליטיק. (יעדער סאטמאר'ע חסיד פון בני ברק ווייסן פונקטליך צו וועמען זיי געהערן)
יעצט לאמיר ענק זעהן! ס'זענען געבליבן 26 משפחות וואס האבן נישט אונטערגעחתמ'עט לאמיר ענק זעהן צו האבן פון די 26 משפחות א ערך פון לפחות 90 פראצענט...
יעצט קענט איר אלע פארשטיין פארוואס די זאליס זענען אזוי יאמערליך צושאסן וועגן בני ברק.
 |
|
|