| נשלח ב-24/7/2006 06:55 |
|
| |
ר' ניסם קארליץ ווערט אויס שגץ... דערווייל...
ביז היינט איז ר' ניסים קארליץ געווען א שגץ, א ציוני, איך ווייס אליינס נישט וואס נאך, נאר ווייל ער האט געהאט די חוצפה צו האלטן אנדערש פון די שלשה רועי בקר און יוסעלע90. יעצט מעלט יוסף 90 אין זיין סיגעטער פארום אז מארגן גייט פארקומען עפעס א דין תורה קעגן איינעם פון די גבאים אין סאטמארע ביהמ"ד אין בני ברק, און וואו גייט פארקומען די דין תורה? ביי די קאראפטעט שגץ און ציוני, איינעם פון די גדולי הדור, ר' ניסים קארליץ... ער שרייבט אז פרטים וועלן מארגן נאכקומען... דעס מיינט אז מארגן וועט מען זען צו ער בלייבט א שגץ אדער ער ווערט צוריק א גדול הדור...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 17:40 |
|
| |
אייגענע סברות לאז איך פאר "מבני בניו" של המן הרשע למדי תורה בבני ברק
אויב הגאון ר' ניסים קארעליץ איז דער בר סמכא אין סאטמאר, דארף מען גיין א די"ת נאר ביי עם, נישט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 18:03 |
|
| |
די מעשה איז אזוי:
פאריגע וואך שב"ק פרשת פינחס האט דער מדוכא א. ה. ה. מחליט געווען אז ער וויל א עליה.
דער גבאי פונעם ביהמ"ד הגדול ויואל משה אין שיכון קרית יואל-בני ברק הרה"ח ר' יקותיאל יצחק בראך געפונט זיך די איצטיגע טעג אין אמעריקא (פארן דינער השנתי אין קר"י למען מוסדותינו הק' מוסדות יטב לב) די עליות האט אויסגערופען הרה"ח ר' הערשל האלצער עסקן נמרץ לכל קדשי בית סאטמאר, ער האט אויסגעפירט די שליחות פון די הנהלת המוסדות וואס זיי האבן מחליט געווען אז דער היימליך טאר נישט באקומען קיין עליה אין קיין איין סאטמאר'ן ביהמ"ד אין בני ברק פארן זיין א חצוף צו הרה"ג ר' שלמה זלמן אולמאן שליט"א ראש הכולל.
האט דער מדוכא היינט גערופן צו דין תורה ביי הגאון הגדול ר' ניסים קארעליץ שליט"א (וויאזוי זאגט נאר יוסף90: דער משוחד, דער ציוני, דער מחוקק חוקי הכפירה, דער וואס שיקט די דעפוטאטן אינעם כנסת, וכו' וכו') אויף מארגן דינסטאג.
אין בני ברק האט מען היינט געזאגט פאר דער היימליך אז אויב ער וויל קען ער נאך גיין עולה זיין די פרשה פון פינחס אין אמשינוב...
תוקן על ידי - jhhoruyr - 24/07/2006 18:37:47
תוקן על ידי - כל_העולם - 24/07/2006 19:45:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 19:30 |
|
| |
די פאקטן שטימען
די שאלה איז נאר ווער איז דער מדוכא ===== און צווייטענס ווער האט א סמכות אויפ'ן ביהמ"ד דער גבאי און דער רב אדער אדער די אומפאפיציעלע הנהלת המוסדות, וואסז דער מערהייט דערפון זענען געשטעלט געווארן דורך זיך אליין.
תוקן על ידי - כל_העולם - 25/07/2006 7:55:10
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 20:04 |
|
| |
דאס איז זיכער אז דער אזויגערופענער רב נישט!
און דער גבאי יא! אבער דער גבאי איז געווען אין חו"ל, האט ר' הערשל אויסגעפירט זיין שליחות פון די הנהלת המוסדות די וואס זענען בעלבית אויפן ביהמ"ד(רוף זיי אן וויאזוי די ווילסט... יא פאקטיש... נישט פאקטיש.. אפציעל,,, פאפציעל,,,).
תוקן על ידי - jhhoruyr - 24/07/2006 20:08:38
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 20:15 |
|
| |
עס איז א שאד צו שרייבן דא מ' צענזוריירטדי תגובות
בא ללמד שפעטער גיי שיק דערנאך מעסעדזשעס פאר דוד10 אז דיין פורום פירסטו מיט יושר
בא_ללמד מיר האבן אמאל געשריבן אין חדשות אנ"ש ווען דער מנהל "פשטידא" האט געמיינט אז ער קען טאן וואס ער ווייל
תוקן על ידי - כל_העולם - 25/07/2006 7:56:22
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 20:18 |
|
| |
אה ברוך שפטורני!!!
חברה מ'קען מאכן א לחיים!!!
יוסף האט זיך צוריקגעקערט אהיים!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 21:30 |
|
| |
יוסף90
מיט וועלעכע נעמען הערסטו אויף צו שרייבן, און וועלעכע הייבסטו איצט אן
האלט נישט דעם עולם אזוי געשפאנט
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 22:26 |
|
| |
אויב וועט דער מדוכא היימליך וועלן עולה זיין אויף די פרשה פון פינחס,,, וועט ער מוזן צו ווארטן ביז נאך ארום 6 וואכן.
פרטים אי"ה מארגן! סקומט א גוט'ס!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2006 22:31 |
|
| |
הייסט רבי ניסים ווערט צוריק א שגץ ? א שאד.
|
|
|
|
|