דריי יונגלעך און מען פיינוגט זיי געפערליך איז ער צו געגאנגען צו זיי און זיי אנגעשריגן האבן זיי געזאגט אז פאר ארונים לאזט מען שלאגן דער יונגערמאן האט מיך עס דערציילט און ער אעז געווען זייער
שאקירט און ער זאגט מיר אז בשעת מעשה איז דארט א גאנצן צייט א דורך געגאנגען מלמדים און אנדערע ערוואקסענע און גארנישט געזאגט
נשלח ב-24/7/2006 16:23
אין דעירי לענד מחנה רב טוב קעמפ האבן א גרופע ווערעמיגע מחוצפים בחורים באווארפן א חשובן מגיד שיעור מיט אייער און נאכגעשריגן מיט גרויסע בזיונות אלעס ווייל ער איז נחשד אז ער לערנט בסתר מסכת סוכה
נשלח ב-24/7/2006 20:01
די טעראריזם קעגן סאטמארע חסידים אין די קעמפס איז ממש ארויס פון יעדן גרעניץ.
עס רודערט זיך יעצט צווישן אנדערן מיט די שרעקליכע מעשה אכזריות וואס איז פארגעקומען פאריגע וואך אין בחורים קעמפ. טאטעס און מאמעס מאכן טעלעפאן קאלס אבער עס איז נישטא צו וועמען צו רעדן.
די הענט ווארפן זיך פאר שרעק ווען מען שרייבט די מעשה.
די מעשה איז פארגעקומען שפעט אינמיטן די נאכט ווען די בחורים האבן זיך צולאזט און אראפגעלאזט אויף די באנקס פון די יונגלעך, מען האט צוגעבינדן יונגלעך צו בעטן, פארבינדן זייערע אויגן און דערנאך אריינגעלייגט שמאטעס אין זייערע מיילער, און מען האט זיי דאן געגעבן מכות אכזריות, אלעס פאר'ן איינציגסטן חטא פון זיין... אן "אהרוני".
דערנאך האט מען מען נאך געווארנט די קינדער אז אויב גייען זיי זיך וואגן צו זאגן פאר איינעם וואס מען האט געטאן פאר זיי וועט מען זיי הארגענען און אריינווארפן אין א גרוב לעבן דעם קעמפ.
עס איז נישט צום באשרייבן וואספארא פסיכאלאגישע דרוק די מעשה האט איבערגעלאזט אויף די קינדער. זיי האבן מורא געהאט זיך צו עפענען די מויל און רעדן צו איינעם. צוויי קינדער האבן גערופן זייערע טאטעס וויינען אז זיי ווילן אהיימקומען אויף שבת. ווען די טאטעס האבן זיי געפרעגט וואס ס'גייט פאר האבן זיי נישט געוואלט רעדן.
אבער נאך א גרונטליכע חקירה ודרישה האט איין קינד זיך געבראכן און פארציילט וואס עס איז פארגעקומען. דער אויפגעשוידערטער טאטע האט אנגערופן די עלטערן פון אלע קינדער וואס זענען געטארגעט געווארן, און עס איז געווארן א ויצעקו. גערעגטע טעלעפאן קאלס פון טאטעס און מאמעס האבן אנגעפאנגען געמאכט צו ווערן צו די באנדיטן אין 82 אבער מען האט זיך אויסגעלאכט פון זיי. איין קעמפ איינגעשטעלטער האט אפילו געזאגט פאר א טאטע, אז ער האט א ברירה ארויסצונעמען די קינד פון קעמפ, כאטשיג ער וועט מוזן באצאלן אלע קעמפ קאסטן פאר א גאנץ זומער, "ווייל ער האט געסיינט א קאנטראקט".
ווידער דער מנהל משה פריעדמאן האט געענטפערט אינגאנצן תמימות'דיג אז די מעשה איז שקר, ווייל קיינער האט אים גארנישט געזאגט אז עפעס זאל האבן פארגעקומען, און ער האט שארף אפגעזאגט אלע בקשות והפצרות צו ברענגען אן ענדע צו די שרעקליכע אכזריות.
מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז ב"ה אז מען ווערט פטור פון אלע חיות טורפות אנגעפירט פון זייער רב, דער סיגעטער, וואס אויטאריזירט די אלע רציחה'דיגע אקציעס קעגן אומשולדיגע נשמה'לעך, וואס זייער איינציגסטע חטא איז אז זייערע טאטעס זענען סאטמארע חסידים. ווי שטארק דאנקבאר דארפן מיר זיין פאר די אידן וואס האבן גענומען אויף זייערע פלייצעס דעם שווערן עול פון צושטעלן מוסדות אין אזא קורצע צייט.
נשלח ב-24/7/2006 20:54
ס'איז גאנץ מעגליך אז דער מנהל אליין האט פיזיש אנגעפירט מיט די טעראר און מיט פארשטאפן די מיילער ער האט זייער א בלוטיגע פארגאנגענהייט מיט רצח'נען קינדער וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן אפילו במחשבה מיט זיין פאליטישע פיליזאפיע עס מוז זיין א אויספארשונג מיט פרעסן טשארדזעס אן קיין רחמנות
נשלח ב-24/7/2006 22:49
גראדע האב איך גערעדט צו דעם קאר סערוויס דרייווער, און מר. רעדנדיג האט היבש מקצר געווען
דאס איז חוץ די פאגראם וואס איז פארגעקומען אויף די מלמדים ר' שמואל חיים בראך, און ר' מיכל גרינפעלד.
תוקן על ידי - כל_העולם - 25/07/2006 7:37:49
נשלח ב-24/7/2006 23:04
ר' חיים יצחק מאנדל דער איינציגסטער נארמאלער מענטש אין 82, האט אנגערופן משה מנהל פריעדמאן, און עם געזאגט אז אויב מאכט ער נישט ארדענונג אין קעמפ, קען ער גיין זוכן א נייעם דזשאב נעקסטן זמן,
נשלח ב-25/7/2006 00:28
איך האב נאכנישט געהאט די זכי' צו זעהן דא אויף היידפארק, אז ווען איינער שרייבט א מעשה, זאל ער נישט צולייגן אביסל אדער אסאך, דעריבער ווען איך זעה די אויסדרוקן אריינגעלייגט שמאטעס אין מויל קען דאס זיין 'לאו דוקא' און 'גוזמא קתני'
למעשה ווייס איך קלאר אז אין קעמפ, האט מען "יא" צוגעבינדן קינדער צום בעט, מען האט זיי "יא" געשלאגן, מען האט זיי "יא" געסטראשעט מיט א גרוב, כאטש מען האט זיי "נישט" אריינגעלייגט שמאטעס אין מויל, מען האט זיין "נישט" צובראכן די ביינער
תוקן על ידי - כל_העולם - 25/07/2006 7:41:58
נשלח ב-25/7/2006 00:35
העבר_אין
ס'האט דיר טאקע גענומען לאנג, אבער ס'איז געלונגען!
BTW איך האב אויך געהערט אז די מעשיות זענען אמת.
נשלח ב-26/7/2006 23:43
די אטעם בלייבט שטיין פון די שרעקליכע בלוט באד מעשה וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם דארנערשטאג!
די מעשה האט פאסירט אין מחנה רב טוב דערילענד בחוריעם קעמפ ווען א 10 זאלי אכזרים וואס לערנען אין כתה ט' ביי קרויס, האבן זיך דערוויסט אז 3 אינגעלעך אהרונים פון כתה ח' לערנען אינאיינעם רח"ל...
מסכת סוכה ה' ישמרינו...
די 10 רוצחים אנגעפירט פון הבחור הרוצח בן שמואל טייטלבוים גבאי פון רז"ל, און הבחור הרוצח בן מיכל גרינפעלד ווילי קעש טשעקונג, הבחור הרוצח בן משה באנדא גראסרי, הבחור הרוצח בן יעקב שטערן מלמד.
זיי האבן זיי אפגעווארט אין ר' משה אמסל ביהמ"ד וואס איז אונטער ר' שמעון ווייס ביהמ"ד אין זי זענען זיי באפאלען מיט רציחה'ידגע קלעפ, מען האט זיי צוגעבינדען און אראפגעווארפן אויף דער ערד, און געטאנצען אויף זיי מיט אכזריו'דיגע פרייד, די דריי טטיערע נשמות די תינוקת של בית רבן זענען מיאוס צומזיקט געווארן און מוהאקט געווארן פון די רוצחים, נאכן רצח'נען זיי פאר 10 מינוט, האט די רוצח בן שמואל טייטלבוים זיי געזאגט אז זיי מיזן צוזאגן אז זיי גייען קיינעם נישט דערציילען די מעשה , אז יא וועט מען זיי הרג'נן און באגרבען אין א גריב דא אין קעמפ!!!
די רציחה און אכזריות דערפון איז אומבאשרייבלעך!
דאס הארץ צוגייט פון די ווייטאג פון די אומגליקליכע קינדער!!!
אבער משה פרידמאן האלט זיך קליגער פין זיין טאטען אין גייט אן מיט זיינע אכזריותדיקע מעשים ר"ל !!!!!!!!!
נשלח ב-27/7/2006 14:23
די מעשה מיט דוד ראזענבערג איז אזוי:
דער דוד ראזענבערג האט שוין לאנגע יארען אין זיין הענד די מחנה רב טוב
וואס איז היינט ווערט ווארשיינדעך פין 25 - 50 מיליאן דאלער ביז עס דאכט
זיך עם שוין אז דאס איז זיין פריוואטע פארמעגען.....
באמת איז דאס נישט זיין פארמעגען!!!!!!
באשר די געלט מיט וואס מהאט אויפגעבויט די קעמפס איז ציזאמגעשטעלט
געווארען פין אנשיי שלומינו וואס האבען זיך אפגעשפארט דאס ביסען פין
מויל אין מנדב געוועהן פין זייער געלט "לטובת הכלל"
ווער געדענקט נישט וויא ער האט געשטעלט אפאר בטלונישע יודען וויא די
נאמנים פין די קעמפס בכדיי קיינער זאל זיך נישט טרויען צי פראגען שאלות
איבער די פינאנסען פין די קעמפס וד"ל
דוד האט געשטאפט די יודען מיט כבוד (אין אפשר אויך מיט געלט) אין זיי
זענען געוועהן לכסות ענים אז קיינער זאל זיך נישט טרויען צי פרעגען קשיות
איבער די פינאנסען פין קעמפ באשר ר עזריאל גליק,אהרן טייטעלבוים,ר משה
אריה גליק די דריי גרעסטע מוחות אין די וועלט פין פינאנס אין די
גרעסטע פראפעשענעל CONTROLERS אין אמעריקע..... געבען דאך אכט מיט
שוויס אין כח!!! אז קיינער זאל נישט באגאנבענען די פארמעגענס
פין די קעמפס.....
2)די קעמפס באלאנגען נישט צי דוד ראזענבערג אין אוודאי נישט צי משה פרידמאן אין זיינע חברים
די קעמפס באלאנגען די חסידי סאטמער!!!!!!
מיר האפען אז אז די באשעפער וועט אינס העלפען צי ראטעווען די פארמעגען
וואס באלאנגט צי חסידי סאטמער פין די וואס ווילען דאס אוועקגנבענען אלס
זייער פריוואטע פארמעגען!!!!
נשלח ב-31/7/2006 01:23
עס כאפט א שרעק צו הערן יעדן טאג די פרישע אכזריות וואס עס איז פארגעקומען אין קעמפ.
יעצט קומט די פרישע נייעס: הרב יואל גלאנץ שליט"א, חדב"נ פון הגה"צ אב"ד סאטמאר אנטווערפן שליט"א, איז געפארן אין איינע פון די קעמפס וויזיטן זיין שוועסטער, ווען ער איז אנגעקומען אהין האבן די זאלי קינדער בהסכמת ההנהלה אראנזשירט א פראטעסט מיט טאמאטעס און אייער. ווי נאר די טעקסי וואס האט געברענגט הרב גלאנץ איז אריינגעפארן אין קעמפ האט אנגעפאנגען צו גיין קולי קולות, באגלייט פון די טאמאטעס און די אייער.
דער טעקסי דרייווער, גראדע איינער וועמען מען קען נישט באשולדיגן אין זיין צו א גרויסער חסיד, האט מיט די נשמה אין די הענט אויסגעדרייט דעם קאר און אנטלאפן מיט די נשמה אין די הענט.
דער ציבור וויל וויסן: איז טאקע נישטא קיין שום פאראנטווארטליכער מענטש אין די קעמפס? איז נישטא קיינער וואס זאל זיך אויפשטעלן און זאגן גענוג, אלעס האט א שיעור, הערטס אויף מיט די טעראר ???
נשלח ב-31/7/2006 01:29
מיט דעם איז מען מחזיר די עטרה צו יושנה, אלעס האט איין תירוץ: נועם המידות !