זאליס שרייען נאך ר' עזריאל גליק ביי סאסמאן
צוויי פארביטערטע זאליס האבן נעכטן נאכגעשריגן ר' עזריאל גליק מיט גאר מיאוס'ע ווערטער און קללות, ביי די מסיבה אין סאסמאן.
לויט ווי יודעי דבר דערציילן, האט יעקב בער געגעגעבן א ווינק פאר זיינע שיק אינגלעך ח. י. נ. און ח. י. ע. זיי זאלן נאכשרייען און באוואשן עזריאל גליק, פאר די חוצפה פון שרייבן א בריוו צום שופט אין בני ברק, אז משה חיים ווייס איז געשטעלט געווארן דורך רבינו הק' בעל ויואל משה, און אז קיינער האט אים נישט געווארפן פון זיין פאזיציע.
די זאליס שעלטן אים אין ווילן אים דער'הרג'ן אויף טויט.
קודם האבן זיי אים געשלעפט אויף שבת קיין קווינס קעמפ, דארט האט רז"ל געלייגט אויף אים מורא'דיגע לחץ. רז"ל האט אים אריבערגערופן צו זיך פרייטאג נאכמיטאג, און אים געהייסן אז ער מוז יעצט אונטערשרייבען פארקערט. ר' עזריאל האט געזאגט אז ער וועט זען מוצאי שבת.
מוצאי שבת גלייך נאך הבדלה האט רז"ל געקאלט אז עזריאל גליק זאל איבערקומען. רז"ל האט געשריגען פאר עזריאל גליק אז ער מאכט אים אומגליקליך, און אז יעצט וועט ער דערלייגן סיי די אידישע גאס און סיי די קאורט אויך, און אז עזריאל מוז אים ראטעווען. משה פראדעל האט געארבעט מיט אלע כוחות און עזריאל האט געזאגט אז ער שרייבט מער נישט קיין בריוו.
נעכטן ביי די אקציע אין סאסמאנ'ס כולל האט יעקב בער באשלאסן גענוג איז גענוג מיט דעם גראבן עזריאל גליק. און מ'וועט אים ווייזן מיט בייזן..
ביסט א מאכיל נבילות וטריפות האט אים נ. געשריגן ח. י. ע. האט געשפיגן אויף ר' עזריאל'ן
יעצט קען מען זאגן מיט א שמייכעל: אבי נישט צווישן אידן
תוקן על ידי - כל_העולם - 24/07/2006 18:04:56
 |
|
|