ביי די דאזיגע פרשה האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט די שרעקליכע איינזייטיגקייט פון די פרייע מידיא - נאך וועלכע די חרדי'שע מידיא ווערט ליידער היפש נאכגעשלעפט - צו באשמוצן און באשמירן יעדן חרדי וואס ווערט נאר דאס מינדסטע באשולדיגט אין סיי וועלכן ענין וואס איז קעגן דעם מענטשליכן געזעץ.
די פרייע פרעסע האט ממש באצוקערט דעם טרויעריגן פאל, און הונדערטער מאל איבערגעשפילט אויף דעם אדער יענעם אופן אז עס איז אויסער יעדן צווייפל אז דער אינגערמאן האט במזיד געהארגעט דאס קינד, רח"ל, אין יענע תקופה האט די נייעס ממש פארנומען דעם אויבנאן אין די פרייע פרעסע וואס האט אפגעקאכט דערפון מטעמים.
אין די לעצטע פאר וואכן ווען מען האט אלס מער און מער אנגעהויבן זען קליפ און קלאר אז דאס איז געווען א טרוקענער עלילת דם אקעגן דעם אינגערמאן - און הונטערן באוואוסטזיין, אלע חרדים - על לא עוול בכפו, האט די פרעסע מיטאמאל אנגענומען א מויל מיט וואסער ! אויף די מערערע ווענדונגען אז זיי זאלן פאררעכטן די שרעקליכע עולה וואס איז געטון געווארן אקעגן דעם אינגערמאן, בפרט ווען מען האט פארשפרייט זיין בילד איבעראל, איז דער ענטפער געווען א דונערדיגער שטיל-שווייגעניש !
עס איז גוט זיך אליין צו איבערצייגן און געדענקען אז די פרעסע איז דורך און דורך קארופטירט אין אלע אזוינע ענינים, ספעציעל ווען עס איז נוגע פרומע אידן (וואס די אמעריקאנער פרעסע - וואס שטייט מערסטנ'ס איין אין 'אידישע' הענט - איז גארנישט אונטערשטעליג אין דעם הינזיכט), און מען זאל זיין געווארנט נישט אנצונעמען גארנישט פון די פרעסע אין אזוינע באריכטן.
גלייכצייטיג איז עס א שטארקע לעקציע איבער דעם "כשיורדים יורדים עד לתהום". און איבער די א.ג. 'יושר' און 'גערעכטיגקייט' פרינציפן פון די 'אויפגעקלערטע' פרייע.
 |
|
|