דא איז פריער געווען א אשכול וואו איינער האט זיך אפגערעדט קעגן זשעי. נעט, איך האב מיך גארנישט אנגערופן ווייל איך האלט אז ער איז גערעכט מיט די טענות, אבער נישט מיט די סאלאשען. איך זע אז מהאט עס אויסגעמעקט, אבער איך ווייס קלאר אז זשעי. נעט האט איינעם וואס קומט דא (אמאל פלעגט דא זיין א ניק פון זיי), און איך וויל אז זיי זאלן קלאר מסביר זיין פארן עולם זייערע פאליסיס. איך האב אויף זיי צענדליגער טענות, און איך וועל עס נישט יעצט ארויסשרייבן. יעצט וויל איך נאר שרייבן די טענה וואס יענער האט ארויפגעברענגט: וויאזוי און ווען מאכן זיי אפ צו בלאקן א סייט אין די וועלט אריין. למשל: גאגל ווידיאוס. איך פלעג עס נוצן זייער אסאך, אין איך האב קיינמאל נישט געטראפן קיין שמוץ. פארוואס האבן זיי עס צוגעשפארט?
נשלח ב-26/7/2006 23:22
איך וועל נאכאמאל איבער'חזר'ן די ווערטער וואס איך האב געשריבן אין פריערדיגן אשכול. איך האב נישט אויפגענומען JNET אלס מיין פריוואטער ועד הצניעות אגענט. בסך הכל האב איך אים אויטאריזירט צו בלאקן די שמוציגע וועבסייטס, פשוט ווייל אלס א תורה'דיגער און מאראלישער מענטש וויל איך נישט האבן די תועבות אין מיין קאמפיוטער, אבער ער קען זיך נישט נעמען בלאקן סייטס יעדן שני וחמישי נאר ווייל אים שמעקט עס אזוי.
אדרבא, ער האט דאך אויסגעשטעלט א סיסטעם פון לעוועלס, זאל ער בלאקן וואסערע סייטס ער וויל ביי די שטרענגערע לעוועלס און לאזן מנוחה פאר די מענטשן וועלכע האבן די שוואכערע לעוועלס, אזוי ווי מיך.
נשלח ב-26/7/2006 23:50
בדיד הוה עובדא.
און איך האב געקאלט קאסטומער סערוויס און זיי האבן געפענט די סייט פאר מיר
קאל זיי אן און זיי וועלן דיר עס אויך טון
נשלח ב-27/7/2006 05:39
איך הער אז עס איז דא געוויסע פלעצער וואו זשעי. נעט האט געקראכט !
ביי מיר איז אלעס געהעריג, אבער איך הער פון אנדערע אז אלעס איז אפן פאר זיי.
נשלח ב-27/7/2006 06:48
איך האב זיי געבעטן זיי זאלן עפענען גוגל ווידיא פאר מיר. זיי האבן נישט געוואלט בשום אופן.
יעצט האבן זיי מוסיף געווען Insult to injury געבלאקט אלע בלאגס, שלא ביושר.
איך קען א ביזנעסמאן וואס צוליב זיין ביזנעס מוז ער האבן עקסעס צו אסאך בלאגס, אבער יעצט האט דזשעי נעט געבלאקט די בלאגס און דער ביזנעסמאן איז ממש פארלוירן.
מען דארף פארשטיין נאך א זאך. אסאך מענטשן וואס האבן J-NET זענען בעלי בתים און שיינע אידן. עס פאסט זיי נישט אנצורופן J-NET און געבן דין וחשבון וואסערע סייטס זיי ווילן קוקן.
איך בין מודה אז J-NET האט געגעבן גוטע סערוויס ביז היינט, אבער דאס בלאקן פרישע סייטס יעדע פאר טעג דארף זיך אפשטעלן.