א סיום אויפן פליגער מייק...
אויפן וועג צוריק פון קראקע צו ניו יארק, נאך די געהויבענע נסיעה מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א, האט מען סערווירט פליישיג'ס אויפן פליגער, אבער עס איז געווארן א פראבלעם וועגן די ניין טעג (ווער איז געווען דער בעל מכשיר ?).
האט הרה"ג ר' לייביש וויינפעלד שליט"א אויפגעזוכט איינעם וואס האלט ביים ענדיגען א מסכת, און ער האט געטראפן א יונגערמאן וואס האלט ביים מאכן א סיום מסכת, איז ער געגאנגען און ערלעדיגט אז מען זאל לאזן מסיים זיין די מסכת און זאגן קדיש אויף די מייק פונעם פליגער.
ס'איז געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן דעם אינגערמאן מסיים זיין די מסכת און זאגן קדיש אויפן מייק פונעם פוילישען פליגער - וועלכער איז אגב געווען איבער האלב אידן, ווייניג מענטשן האלטן מיט אזוינס אין זייער לעבן...
|
|