| נשלח ב-27/7/2006 07:07 |
|
| |
וואס הייסט א גדול הדור?
ווער הייסט היינט א גדול הדור?
די שאלה וואלט געדארפט געפרעגט ווערן אנדערש: "ווער הייסט היינט 'נישט' א גדול הדור?"...
היינט ווען עס איז דא אזא איבערפלוסענדע שפע פון צדיקים'לעך, רעבעלעך, מיט בנש"קלעך וכו' וכו' איז באמת שווער צו וויסן ווער גייט נאך בכלל אריין אין דעם כלל.
ווער זענען מיר בכלל אפצומאכן ווער עס איז א גדול הדור?
עס איז פשוט אז נאר מיר קענען דאס אפמאכן, ווייל לאמיר געבן א ביישפיל:
ווער האט אפגעמאכט אז רש"י איז דער רבן של ישראל? אוודאי מיר!
אדער קען מען זאגן אז מיין מלמד אין חדר האט אזוי אפגעמאכט.
און ווער האט אפגעמאכט אז מיין מלמד ווייסט וואס ער רעדט? מיין פאטער. און ווער האט באשלאסן אז מיין פאטער זאגט ריכטיג? איך!
ממילא קומען מיר אלס צוריק אז 'אונז' זענען די וואס מאכן אפ ווער זענען די גדולי ישראל!
דא האט איר א שטיקל אין ספר ראש הגבעה (תלמיד הגר"א) פארוואס עס איז א נפק"מ צו וויסן ווער איז א גדול בישראל:
וכן צריך השקפה להבחין בין הירא את ה' באמת ובין המשוגע והמטורף, עד שכמה בני אדם שופטים על אחד שהוא ירא גדול ובאמת כי אינו אלא משוגע גדול ומטורף גדול.
דער אמת איז אז א גדול הדור מוז נישט מיינען א ת"ח:
לעולם ישתדל אדם לישא בת תלמיד חכם ולהשיא בתו לתלמיד חכם. לא מצא בת תלמיד חכם, ישא בת גדולי הדור. (שו"ע אבן העזר סימן ב' סעיף ו').
לאמיר הערן וואס דער מאירי האט צו זאגן איבער א מנהיג הציבור:
אין ראוי להעמיד פרנס על הציבור אלא מי שנודע במדותיו עניו ושפל רוח וסבלן, מפני שהוא צריך להתנהג עם הבריות בדרכים משתנים לכמה גוונים זה בכה וזה בכה, ולהתאהב עם כל אחד מהם כפי מדותיו, ואם הם במקום שאין מוצאים כך עכ"פ צריכים למנות אבירי לב ועזי מצח, ויזהרו שלא למנות אנשים תקיפים כל כך בכל ענין שיהו סבורים על אותו מינוי שיהא מוחזק בידם לעולם, ושהם הראויים לכך יותר על שכניניהם מחמת תקפם עם מה שיודעים בעצמם שמעלת אבותיהם מסייעתם, שזו היא סבה להם להוסיף במכאוב הגאוה והעזות, אלא אנשים שיכירו בעצמם שיש ביניהם ראוים לכך יותר מהם, ואם הם כופרים בכך, שימצאו מי שיודיעם האמת וישמיע להם את הראשונות. (יומא כב ב)
איך האב דאס געשריבן אין איילעניש און איך וועל דאנקבאר זיין ווער עס קען אביסל אויסקלארן אין דעם ענין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 11:12 |
|
| |
דיפלאמאט, די סארט החלטות ווערן נישט געמאכט ביי מיטינג'ס איבער א הייסע קאפי אדער א קאלט גלעזל ביר, נאר אין די הערצער פון פיללע טויזנטער עהרליכע יוד'ן במשך דורות, והנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם.
א יוד דארף האבן א באזונדערע סייעתא דשמיא אז ער זאל זוכה זיין בחיים חיותו זיך מתדבק זיין אין ריכטיגע עהרליכע יוד'ן וואס ווערן נישט געקרוינט דורך צייטונגען אדער פלאקאטן אין אויך נישט דורך די מעשים טובים פון זייערע עלטער עלטער זיידע'ס און באבע'ס, נאר בזכות עצמם ובהסכמת ובהסמכת [זעה דעם הבדל] גדולי ישראל פון פריערדיגע דורות, אזוי ווי למשל דער בעלזער רבי שליט"א וואס איז נסמך געווארן דורך רוב גדולי ישראל פון יענעם דור ווי דער הייליגער בית ישראל, דער אמרי חיים, דער קלויזנבורגער רב, דער הייליגער סקווירא רבי, טשעבינער רב, פאפא רבי, להבחלחט"א נאראלער רב שליט"א וואס איז נאך נסמך געווארן לרבנות דורך זיין זיידן מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע און נאך און נאך.
זעלבסט פארשטענדליך אז ס'גייט יעצט ווערן א גראטשקע ווייל כ'האב דערמאנט מיין רבי, אבער איך קאן אייך ניט העלפן ליידער קאן איך איהם צו גוט..... און ווען די וועלט וואלט געוואוסט אחת מני אלף פון זיין גדלות בתורה ובמצוות ובמעשים טובים, פון זיין קדושה וטהרה, פון זיין דבקות אין מדת האמת אן קיין פשרות, פון זיין מסירות נפש פאר יידישקייט, פון זיין אהבת ישראל שאין בדומה לו, פון זיין הייליגע הנהגה בפרישות ובקדושה מיום עמדו על דעתו, און יא יא, אפילו פון די "מופתים" וואס מיר האבן אזוי נישט ליב צו הערן אבער מיר אללע נויטיגן זיך אין איר אזוי שטארק, און די אפענע רוח הקודש וואס וואלגערן זיך אינטערן טיש ועוד ועוד ועוד, וואלט די וועלט געהאט אן אנדערע פנים בלי שום ספק.
איך האף אז די חברים דא זענען נישט פון די וואס מוזען יענעם קליין מאכן כדי אליין גרויס צו ווערן וד"ל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 23:10 |
|
| |
שושנת יעקב: מיט דיין לעצטן פעריגראף האסטו שוין געגרייזט. נישט ח"ו ווייל דו האסט אזוי שיין באשריבן דיינע געפילן איבער דיין רבין, נאר ווייל אט דאס וואס דו זאגסט אזוי בניחותא, דאס זעלביגע זאגט דיפלאמאט בלשון שאלה... און אנדערע ווערטער: דאס איז טאקע זיין פראגע!, און דו מיט דיין לעצטן פערעגראף האסטו נאר שטערקער געמאכט זיין קשיא.
דאס הייסט אזוי: דו אלס א חסיד פון בעלזער רבי'ן האסטו טאקע זייער שיין אראפגעשריבן און ארויסגעברענגט וואס דו האלסט און וואס דו טראכסט, אבער זיי געוויסן אז אט גענוי דאס זעלביגע וואס דו האסט אראפגעשריבן אויף 'דיין' רבין האלט און טראכט יעדער חסיד אויף 'זיין' רבין. טא אויב אזוי איז דאך הדרא קושית דיפלאמאט לדוכתי'.
---------- BTW די קשיא איז נאר אויסגעשטעלט פאר די חסידישן קרייז און וואזשע טוט זיך מיט די אשכנזישן אידן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2006 17:46 |
|
| |
לחיים, קודם כל וויל איך אייך קאמפלימענטירן פאר אייער איידעלע שפראך, ס'איז זעלטן צו טרעפן אין די ווירטואלע וועלט אז מ'זאל אזוי נזהר זיין אין יענעם'ס כבוד, כה לחי! ולגופו של עניין, מיין פאוסט איז איינגעטיילט אין צוויי חלקים, די ערשטע פאראגראף איז מיין ענטפער אין קורצ'ן צו דיפלאמאט, אז גדולי ישראל קרוינט מען נישט ביי מיטינג'ס, און ס'איז נישט פארהאנן קיין רעצעפט ביכל וואס גיבט אנווייזונגען ווי אזוי גענוי דער גדול דארף אויסקוקן, אזוי ווי איך האב שוין דארט געשריבן. דערנאך גיי איך אריבער צו א עהנליכע נושא, אבער פארט נישט ממש די זעלבע, ס'איז נישט א דירעקטע המשך צו די חקירה "ווי אזוי איז מען מחליט ווער איז א אמת'ער גדול", נאר א סטעיטמענט אז ווער איממער ס'זאל נאר זיין פון די אמת'ע גדולי הדור, וואס ווי אויבן געזאגט קען מען דאס נישט מחליט זיין לויט באשטימטע פרינציפן, דארף מען האבן סייעתא דשמיא אז מ'זאל זוכה זיין צו מקבל זיין פון זייער תורה ויראת שמיים. דאס דערמאנען פון מיין רבי'ן דער בעלזער רבי שליט"א האב איך נאר צוגעלייגט כבדרך אגב, כדי ארויסצוברענגן מיין דעה אויף איהם און פארוואס איך האב שטארקע סברות אז ער איז פון די צדיקי אמת. [כאטשיק מיין אמונה אין איהם איז נישט געבויט אויף די סברות, ווייל איך האב דאס שוין מקבל געווען פיקס פארטיג פון מיין טאטע'ן זאל זיין געזונט, און ער פון זיין טאטע ז"ל וואס איז געווען מקושר בלב ונפש אין זיך נישט גערירט א האר אן דעם רבי'ן שליט"א, אבער כדי לסבר את האוזן האב איך צוגעשטעלט די סברא פון הסמכה על ידי גדולים קודמים וואס דאס איז לעניות דעתי א שטארקע נקודה, און ווי איך האב אמאל געהערט פון'ם פאפא רב שליט"א (אב"ד בעלזא במונטריאול) ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט אז "איך ווייס נישט צו אין די היסטאריע פון חסידות איז שוין געווען א רבי וואס אזוי פיל גדולים וצדיקים פון אללע קרייזן האבן באפוילען און געשטופט מכתיר צו זיין אלץ מנהיג בישראל"].
אגב, דאס וואס דו שרייבסט אז יעדער חסיד האלט אזוי פון "זיין" רבי'ן, קודם כל אויב ס'איז טאקע אזוי איז אשרינו מה טוב חלקינו, ס'מאכט מיך גוט אויפ'ן הארץ אז ברוך השם לא אלמן ישראל און אויך בדורנו השפל זענען פארהאנן גדולי ישראל אמיתיים כבדורות הקודמים. איך גלייב נישט אז מענטשן זענען סתם משוגע זיך צו פארגלייבן אין איינעם אן דעם וואס ער זאל זיין ראוי דערצו, [נישט אז ס'איז נישט מעגליך, אבער פארט מאכט מער סענס צו זאגן אז רוב פון די סארט גדולים זענען טאקע ראוי לאותה איצטלא]. צווייטענ'ס, איך האלט אויך אז חוץ פון מיין רבי'ן שליט"א איז דא נאך אסאך צדיקי אמת, איך בין נישט פון די וואס זאגן "אנוכי, ולא יהיה לך" נישט נאר מצד מידות טובות, נאר פשוט ווייל ס'האט נישט קיין שום זין צו זאגן, אז מיר איז פונקט געלונגען אז מיין רבי איז יא א צדיק אמת בזמן וואס אנדערע רביים זענען גארנישט מיט נישט, ס'איז א חוכא וטלולא אזוי צו זאגן, און ס'ווייזט אויף צמצום המחשבה. ועוד, אויב הייבט מען אן מערער זיין אין די גדולי ישראל מנהיגי עדה, ווי שטעלט מען זיך אפ? מאן יימר לן אז פאר א דור צוריק איז געווען בעסער? און צוויי דורות צוריק? און דריי? און אזוי ווייטער, און אויב אזוי בטלה כל אמונת צדיקים מישראל חלילה!
לדעתי הענייה, איז אונזער דור געבענטשט מיט גרויסע צדיקים גענוי ווי אין די פריערדיגע דורות [איך גיי נישט יעצט אריין אין דעם נושא פון ירידת הדורות, דאס איז נישט דווקא נוגע אונזער דור, דאס איז אן עקסטערע נושא, איך רעד אין פרינציפ, ס'איז דא צדיקים אדער חלילה נישט], איך בין נישט דער וואס קען טיילן דיפלאמא'ס ווער יא און ווער נישט, אבער ביי מיר אין הארץ האב איך א רשימה'לה פון א שיינע פאר מנהיגי עדה בישראל וואס איך האלט אז זיי זענען ריכטיגע הימל יודען, נישט אז די אנדערע נישט, נאר די זענען ביי מיר - כל אחד מטעמו ונימוקו - זיכער הימל יודען, און די רשימה קען נאר וואקסן און נישט קלענער ווערן, ואכמ"ל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2006 19:52 |
|
| |
שושנת_יעקב זייער זייער שיין
|
|
|
|
| נשלח ב-30/7/2006 21:01 |
|
| |
1. דער רבי רבי העניך פון אלכסנדר האט אמאל געזאגט, ער קען נישט קיין פאלשן רבי'ן. וואס הייסט? זאגט ער, וויאזוי ווערט מען א פאלשער רבי? מען טוט זיך אהן בגדי לבן, מען האנדלט איין א זילבערנעם שטעקן, מען פיהרט טיש און גלייזט מיט די אויגן. נו - זאגט ער - דער ער דאך נישט קיין פאלשער רבי, דאס איז דאך א רבי.. ומצאתי ראיה לדבריו בספר הקדוש דגל מחנה אפרים פרשת וישלח ד"ה הצילני, וזה לשונו: הצילני נא מיד אחי מיד עשו. יש לומר על דרך דאיתא במדרש, לעתיד יתעטף עשו בציצית וישב בין הצדיקים, והקב"ה מושכו משם וכו' עיין שם, ויש לומר, שזה הוא מצוי גם כן בעולם הזה בעונותינו הרבים, שנתרבה השקר בעולם, וכל אחד רוצה להעלות במעלות שלומי אמוני ישראל, ורואה שהם מלובשים בגדי לבנים בשבת, ולובשים טלית בערב שבת במנחה, ואומר היות אהיה כמוהו, וזה שקשה מכולן, שזה גורם אריכות הגלות, שהם נקראים ערב רב שהם מעורבים בישראל וקשה להפרידן, כמשל החטה, המוץ והתבן שבו שאינו דבוק כל כך להחטה, הוא מתפזר בקל, אבל הפסולת שבחטה מתדבק בהחטה וקשה להפרידה. וזה יש לומר שמרומז הצילני נא מיד אחי היינו שהוא מעורב ומתדבק בי מיד עשו ואף על פי כן הוא עשו וקל להבין.
2. דער קאצקער האט אמאל אין געלעגנהייט געזאגט א משל. געווען אמאל א שיכור, א גרויסער שיכור, וואס האט זיך ערנעהרט בלויז פונעם ביטערן טראפן. אמאל ליגנדיג אזוי אין וואלד, פארשמירט און שמוציג, פאהרט פארביי א פריץ. דער בעל עגלה איז בטעות ארויפגעפארן אויף דעם קערפער פונעם שיכור. דער וואגן האט זיך געווארפן פונעם אנשטויס, דער פריץ קוקט ארויס מיט שרעק דורך די שפארינעס פונעם קאטש, און זעהט אז א אנגעטרונקענער מאן האט באלד אומגעווארפן דעם וואגן. ער האט באשלאסן זיך אפצורעכענען מיט איהם. ער הייסט דעם בעל עגלה ארויפנעמען דעם באוואוסטלאזן שיכור אויפן וואגן, און אפגענומען צו זיך אין שלאס. ער באפעהלט די באדינער נעמען דעם שיכור, איהם ארומוואשן און לייגן אין א בעטן אין איינער פון די פרעכטיגע צימערן אין פאלאץ. דער שיכור וואכט זיך אויף פון טיפן שלאף, און רייבט זיך די אויגן. ער קוקט זיך ארום, ער דערקענט נישט דעם פלאץ. א ציכטיגער צימער, שמעקעדיגע בעט-געוואנט און א פריצישער בכבוד'יגער בעט - בין איך וואך אדער איך חלום זיך? איך בין דאך ביז נעכטן געווען א שיכור? ער פרובירט צוריק איינשלאפן, אבער אומזיסט איז זיין פלאג. בלית ברירה קריכט ער ארויס פון בעט און הויבט אהן זוכן זיינע מלבושים. קיין שפור פון זיינע פארשמירטע קליידער זעהט זיך נישט אהן, אנשטאט ליגן אויפן דערנעבנדיגן טישל שפאגל-נייע שווארצע גלח'ישע קליידער. דא איז ער שוין געווארן אינגאנצן צוטומלט: בין איך א שיכור אדער א גלח? נישט לאנג האבן געדויערט זיינע קווענקלענישן. די טיהר פראלט זיך אויף און צוויי מונדירטע באדינער קומען אריין און פארנויגן זיך, און פרעגן מיט עהרע: וואס קענען מיר אייך העלפן מיין הערר דער גלח? ער בלייבט זיצן געשטוינט. גלח? ער טראכט נישט צו לאנג, און די צוויי מענטשן ווידערהאלן: מיט וואס קענען מיר אייך העלפן מיין הערר דער גלח? ער באשליסט ביי זיך אז ער וועט לאזן זיך פיהרן וויאזוי עס פיהרט זיך. ער פארלאנגט א פריהשטאג פון שענסטן און פון בעסטן, און זיין באגער איז פולשטענדיג פארפולקאמט געווארן. נאכן עסן צו דער זעט, נעמען די באדינערס איהם ארויס אויף א שפאציר אין דעם הערליכן גארטן ארום דעם שלאס, און צו יעדער צייט שטעלן זיי די פראגע: מיט וואס קענען מיר אייך העלפן מיין הערר דער גלח. דער משל איז נאך א לאנגער, מיר וועלן עס מאכן קורץ, אויפצומארגנס חזר'ט זיך איבער די זעלבע שפיל. ווי נאר דער שיכור כאפט זיך אויף פון שלאף, שפאנען אריין די צוויי באדינער און פרעגן אין א כאר: מיט וואס קענען מיר אייך העלפן מיין הערר דער גלח? און דער ווארעמער מאלצייט פארפעהלט נישט צו קומען. אין א געוויסן אוונט טראכט דער שיכור ביי זיך. איך ווייס דאך יא דעם אמת אז איך בין נישט מער ווי א שיכור פון דער גאס, ווי קומט דאס, אלזא, אז מען רופט מיר דא גלח און מען טיילט מיר צו דעם גרעסטן כבוד? אדער איז דער שכרות נישט מער ווי א חלום, און באמת בין איך יא א גלח, אדער בין איך טאקע א שיכור, און דאס גאנצע גלחות איז נישט מער ווי א בייזער חלום וועלכער וועט אדורכגיין היינט-מארגן. אזוי טראכטנדיג באטראכט ער דעם הערליכן צימער מיט די געשניצטע מעבל און געפארבטע ווענט און הענג-לייכטער, צום ערשטן מאל פאלט זיין בליק אויף א פאליצע מיר ביכער. ער קוקט און קוקט, ער באמערקט אז דאס זענען לאטייינישע רעליגיע ביכער. ער פאלט באלד אויף אן המצאה. ער וועט עפענען די ביכער, ס'זענען דאך גלח'ישע ביכער, און דאן וועט ער באשליסן; וועט ער באווייזן צו פארשטיין וואס דערין שטייט - פאלט דער באשלוס אז ער איז א גלח און קיינמאל קיין שיכור נישט געווען וועט ער אבער נישט פארשטיין, ער איז זיכער א שיכור און דאס גלחות איז א איינפאכער חלום. געטראכט און געטון, ער נעמט איין בוך אין די האנט, באלד שטעלט זיך ארויס אז ער פארשטייט נישט קיין איין ווארט. עס ווילט זיך איהם באלד באשליסן אז ער איז א פשוט'ער שיכור פארשטעלט ווי א גלח. באלד קומט דער יצר טוב און פארטרייבט איהם די מחשבה, און זאגט: אויף אן'אמת ביזטו יא א הערר א גלח, האסט דאך אבער א ריכטיגע טענה אז דו פארשטייסט נישט די ביכער - נישט געפערליך, די אנדערע גלחים פארשטייען אויך נישט. ודברי פי חכם חן.
3. דער איד הקדוש זי"ע איז אמאל געלעגן אין בעט און געוויינט. די תלמידים האבן אים געפרעגט וואס איז די סיבה פארוואס דער רבי וויינט? האט דער איד הקדוש געענטפערט, איך זאג אייך את אשר יקרה אתכם באחרית הימים. ווען משיח וועט קומען וועט ער שיקן די רבי'ס מיט זייערע חסידים אין גיהנם אריין. ווען די חסידים פרעגן: מילא דער רבי האט אונז פארראטן, אבער וואס זענען מיר שולדיג? וועט משיח זיי ענטפערן, ווען איהר וואלט ווען געוואלט וויסן דעם אמת און זיך נישט נארן - וואלט איהר דעם רבי'ן נישט נאכגעגאנען, וויבאלד איהר האט זיך גענארט און געגאנגען נאך איהם, גייט איהר אין גיהנם מיט איהם אינאיינעם (כמדומה לי בספר נפלאות היהודי, וצריך לבדוק).
4. נאך א שאד כ'האב עס נישט דעמאלס אוועקגעלייגט. אינעם בעלזער בלאט "עלים לתרופה" איז אמאל כ"א אדר צייט געווען ציטירט א שטיקל אגרת הקודש, געדרוקט סוף ספר הקדוש נועם אלימלך, פון הרה"ק ר' אלעזר זי"ע בן הרבי רבי אלימלך זי"ע. אבער, צוגעלייגט איין אומשולדיג ווארט, אבער, מיט קעסטעלעך, אן דא ליגט דער חילוק. דא איז דער נוסח ווי עס איז געדרוקט אין נועם אלימלך:

אבער די בעלזער האבן אריינגעלייגט איין ווארט. די צווייטע רייע, די פערטע שורה פון אויבן האט זיך געלייענט אין א קעסטל אין עלים לתרופה ווי פאלגענד: דור ודור רק שאין מאמינים [בהם] רק מי שיש לו.
אין מיין מהדורה פון נועם אלימלך וועל איך נישט וואגן צוצולייגן ווערטער. אין פאל וואס יא וועט זיך עס ליינען ווי פאלגענד: דור ודור רק שאין מאמינים [בזה] רק מי שיש לו.
דער חילוק איז גאנץ פשוט: נישטא קיין איד וועלכע זאל צווייפלען אז עס זענען נישטא קיין צדיקים, און דער וועלכער עס לייקנט יא און זאגט אז עס איז נישט ריכטיג וואס די גמרא זאגט, ער איז א "אינו מאמין בזה", האט נישט קיין הייליגע נשמה וכו', און אזוי פארשטייט זיך פון די קומענדיגע פאר שורות. מה שאין כן לפי נוסח בעלז, מוז מען גלייבן אינעם רבי'ן וועלכער זיי צייגן אז ער איז דער צדיק, "אינו מאמין בהם, אבער געגן אנדערע קען מען רעדן.
והדבר פשוט מאוד מאוד.
ווער עס דעם אלטן עלים לתרופה ווערט מכובד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2008 01:50 |
|
| |
איך וועל פרובירן צו ענטפערן די שאלה ווי ווייט מעגליך.
לויט וויפיל איך פארשטיי פון די לשונות הפוסקים, איז די הגדרה פונקט אזא מין הגדרה ווי בית דין של אותו העיר, נאר די לעצטע איז שייך אויף איין שטאט, און די ערשטע אויף די גאנצע דור.
למעשה, ביי ב"ד של אותו העיר איז שייך אז מ'זאל זיי האבן אויפגענומען, און ביי גדול הדור איז געווענליך נישט שייך אז מ'זאל מאכן א מיטונג און אויפנעמען א גדול הדור, אבער אז עס קומט אויס למשל אז די רבנים פון אלע שטעטלעך וועלן פרעגן אלע שאלות פון איין מענטש, אדער אז א רב זאל ארוסגעבן א פסק און מ'וועט זען אז א רוב פון אלע שומתומ"צ וועלן עס פאלגן, איז ער אויטאמאטיש גדול הדור.
וואס איך האב געמיינט צו זאגן מיט'ן פארגלייכן די צוויי מושגים איז, אז פונקט ווי בית דין של אותו העיר איז טאקע דא א חיוב אז מ'זאל אויסקלויבן דעם בעסטן קאנדידאט, סיי "ושפטו את העם משפט צדק" און סיי אלס "לא תטע לך אשרה אצל מזבח וכו'". אבער למעשה קען נישט א מענטש אליינס אפמאכן און זאגן אז ווייל איך האלט אז פלוני איז באמת א סך א גרעסערער ת"ח ווי אלמוני, וואס איז למעשה געווארן אויסגעקליבן אלס דייני אותו העיר, ממילא זאל איך מיך נישט צושטעלן צו די הגדרה פון דייני אותו העיר. דאס זעלבע איז מיט גדול הדור. אז איך האלט אז פלוני איז בעצם גרעסער פון אלמוני, אבער במציאות וועט רוב ציבור ענדערש הערן און פאלגן וואס אלמוני זאגט, וועט אלמוני הייסן גדול הדור.
להלכה ולמעשה איז די אויטאריטעט פון גדול הדור אויפ'ן דור, אזוי גרויס און שטארק ווי בית דין של אותו העיר אויף די שטאט. און אין א שטאט ווי עס איז נישטא קיין עמטליכע דייני אותו העיר, איז מסתבר אז אויב רוב מענטשן וועלן פאלגן איין געוויסער רב, וועט ער הייסן דער גדול העיר אויף די צייט. (איך גלייב אז אזוי ווי די "סטיילס" אין די זאכן טוישן זיך, וועט יעדער הייסן גדול הדור אדער העיר ווען עס איז די סטייל אז אים הערט מען אויס. עס איז אבער דא א חיוב דאורייתא אויף יעדע שטאט צו אויפנעעמען א קביעותדיגע ב"ד, וועמען יעדער איינער זאל פאלגן און נישט מאכן קיין קונצן)
תוקן על ידי יקר ב- 28/11/2008 1:49:02
 |
|
|
|
|
|