בית פורומים כל העולם כולו

ווער איז שילדיג?????

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/7/2006 20:42 לינק ישיר 
ווער איז שילדיג?????

אין  פורום בחדרי חרדים האט א ניק "אידיש קינד". א זאלי. גע'ענפענט א אשכול
ווי ער וויינט ביטעליך אויפן מצב הדור פאר וואס מסירה/קארט איז געווארן אזוי נפיץ בדורינו 
פאר אים איז עס נוגע בנפשו ווייל מען האט לעצטענס באשטימט פאר זיין נאנטן קרוב א איד בן שבעים 15 יאר תפיסה ל"ע.הש"י יצלהו מכל צער, אין אלעס זאל נתהפך ווערן לטובה

איך האלט אויך אז די מעשה איז א ביטערע טראגעדיע. א זאך וואס האט לכאורה נישט געטארט פאסירן,
אין בין זיך מששתף אין יענעמ'ס צער איך האף אין איך בעט דעם באשעפער אז אלעס זאל נתהפך ווערן לטובה

איך וויל אבער פרעגן "אידיש קינד" אפאר קשיות

1}ווער איז שילדיג אז קארט איז געווארן מותר ביי אידן????

2}ביי וועלכע קהלה האט פאסירט אז עס איז געווען א סכסוך צווישן צוויי צדדים
אין איין צד האט צוויי יאר אין א צי געריפן צי די"ת מיט עטליכע הזמנות אין דער אנדערער האט זיך ניטאמאל וויסענדיג געמאכט - ווייל ער האט געוואלט גיין אין קארט, האבענדיג דארט בעסערע טשאנסן - ער האט געזאגט אז די ווילסט קענסטע קימען צי מיינע באצאלטע דיינים וואס וואנען אין מיינעע געקויפטע דירות וכילו,  ביי וועלכע קהלה האט עס פאסירט?????

3}וועלכע קהלה איז אריין אין קארט אין בני ברק אן שיקן איין הזמנה לדין, אין אן א היתר בי"ד????

4}וועלכע קהלה האלט אויף א בי"ד ביי זיך אין כולל וואס  הבריות מרננים עליו???

5}וועלכע קהלה איז אריין אין קארט אין בארא פארק  אן א היתר בי"ד, אין אן שיקען א הזמנה לדין תורה??

6}וועלכע קהלה האט געריפן בערל פר"מ אין קארט בנוגע U T A אן א היתר בי"ד, אין אן שיקען איין הזמנה לדין???
 
7}וועלכע קהלה איז מחזק מ.ש.ז. וואס צען בתי דינים זאגען אז ער איז א הולך בערכאות שלא ע"פ תורה ??

8}וועלכע בתי דינים רבנים ודיינים זענענן גורם אז אידן זאלן מער נישט וועלן גיין צי די"ת???

9}וועלכע קהלה איז אריין אין קארט אין מאנטריאל, אן שיקען איין הזמנה לדין, אן א היתר בי"ד??

ווען די וועסט פארענטפערן די אלע קשיות. וועסטע קלאר פארשטיין פארוואס מסירה/וערכאות איז געווארן מותר ביי אידן
אין די וועסט דאן פארשטיין ווי אזוי עס האט גע'קענט פאסירן ליידער אזא ווייטיגליכע זאך צי שלעזינגער

נאכאמאל. איך בארעכטיג נישט יענע מעשה ניטאמאל ווייס איך וואס דארט איז פארגעגאנגען
אבער איך ווייס וואס עס גייט פאר דא ביי אונז אין סאטמער, אין דאס מאכט מיר פארשטיין אסאך זאכן






תוקן על ידי - kj_village - 27/07/2006 21:29:15



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 20:52 לינק ישיר 

היתר בי"ד פון אהרונים קעגן סאטמארער קהל איז נישטא ביז היינט צו טאג

היתר בי"ד פון בני ברק קעגן טענטער רבי'ן איז דא פון ביד"צ "שערי משפט" און "משפט שלום"

היתר בי"ד פון חברי הנהלת מוסדות סאטמאר בארא פארק קעגן אהרן וועלץ איז דא פון ביד"צ "אבן המשפט"

היתר בי"ד פון "משפט שלום" בעד ר' משה שמואל זופניק האט א שטארקן תוקף הלכתי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 21:00 לינק ישיר 

יוסעלע איך בין נישט גענוג קלוג צו ענטפערן אויף דיינע דברי חכמה, איך וועל עס לאזן פאר מיינע קליינע טעכטער צו ענטפערן אבער צום נקודה נפתלי שלעזינגער איז א גבר אלים, א שמוציגע אינג, א איד וואס האט געפירט זיין ברודע צום טויט, א איד וואס איז נישט גרייט צו גייט צו א דין תורה, א איד וואס קיין שום בי"ד האט נישט די קוראזש צו שיקן אים אן הזמנה, א איד וואס די פעדעראלע רעגירונג האט געמוזט אוועקפירן די געריכט פון קינגס צו נעסאו קאונטי וועגן נפתלי'ס לאנגע הענט, א איד וואס יעדער האט געוויסט פאר 30 יאר אז ער איז דער גבר אלים צו וועם מען ווענד זיך ווען מען ברויך איינס, א איד וואס האט אראפ געווישן הרה"ח ר' יחזקאל ווערצבערגער [משמש] ז"ל פון די וועלט פאר זיינע חשבונות אויף עם זאל אים רחמנות האבן אויף עם זאל איך וויינען אויף אים זאל אים פארגיסן טרערן איך וויל נישט, און מען טאר נישט זיין קיין מוסר דינו לשמים, אבער פון דארט צו פארגיסן קראקאדיל טרערן, ווען מען זעהט דעם יד ה', פון סוף גנב לתלי', פון יש מנהיג לבירה, פון לא לעולם.... איז א היבשער מהלך, וואס איך האלט ביים אדורך שפריייזן יא, זיכער איז א מצוה, און א חיוב אפילו אזא איד צו העלפן באפרייען אים העלפן גרינגער צו מאכן, פדיון שבויים שטייט נישט אין ערגעץ איז נאר פאר ערליכע אידן, אבער אויב וויינען איז ליידער דא גענוג צרות ישראל פארוואס צו וויינען, גענוג אויף וועם צו בעטן, גענוג וועם צו העלפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 21:01 לינק ישיר 

יוסף כ'האב נישט געהאט קיין ספק אז טאקע אט דאס גייסטע עטפערן, דיין ענטפער פאסט פאר דיר!
מען פארלאנגט נישט מער פין דיר, ביסט נישט שילידג אז ביסט באגרעניצט, ביסט נאך אזוי געבוירן געווארן. האסט קיינמאל נישט געהאט מער שכל ווי איצט

כ'האב נאר געוואלט  ארויסברענגן מיין פוינט מער פאר די נערמאלערע זאליס וואס קענענן נאך אמאל בטעות זען א זאך גראד
זיי זאלן זיך קיגען אין שפיגעל, אין זען וואס פאר א חרבון זיי האבן אנגעמאכט פארן יהדות החרדית
אפשר בעת צער  וועלן זיי חרטה אין תשובה טיען





תוקן על ידי - kj_village - 27/07/2006 21:12:43



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 21:10 לינק ישיר 

העבר_אין,
די נושא דא איז נישט איז נישט איבער שלעזינגער, מ'רעדט נישט דא צי ער איז שולדיג צו נישט,
די פראגע איז, "וועלעכע קהלה איז שולדיג",
וועלעכע קהלה איז שולדיג אין דעם אז דאס גיין אין קאורט איז אזוי גרינג געווארען ביי יודן,
און קעי דזשעי וויליזדש האט עס זייער ריכטיג ארויסגעברענגט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 22:35 לינק ישיר 

אין-טיים איך פארשטיי אז דו רעדסט פון דעם גורם אבער אין אונזער פאל איז דער עכברא אויך דער חורא ביידע איז די זעלבע ביידע זענען די גנב נפתלי שלעזינגער איז די תוצאה אבער אויך די גורם, אין דעם אז ער זאל זיצן, אויף אים מקוים געווארן דעם 'סוף מטיפיך יטופון' איז פאר מען גייט ווייטער ארויסברענגן דעם חלק - אז ווען מען זאגט אז פלוני אדער אלמוני האט גע'מסר'ט באדערט עס שוין "ליידער, ליידער" גאנץ ווייניג - וואס ווייניג ווייסן אז דאס פון די שבועות וואס דער באשעפער האט באשוואוירן די אידן, אז מען זאל נישט מגלה זיין די סודות פון אינעווייניג ,איז וויכטיג צו וויסן אז אונזער מחותן דא נפתלי איז פון די גרעסטע פארברעכער און אזוי אויך די זאלי בככליות איז יעצט צוריק צום ענין ווען ווערט מסירה אסור ביי די זאלי,ס און ווען איז עס מותר ביי זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2006 02:36 לינק ישיר 

העבר אין
די שרייבסט ווי א קאלטבלוטיגער אכזר אין איש רע מעללים חלאת המין האנושי

אזוי צו שרייבן אויף א איד
שעם זיך כ'האף נאר אז די אנדע שרייבער דא זאלן עס פארדאמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2006 03:20 לינק ישיר 

יוסעלע פון די געסעלע קוק איבער דיינע טענטישע תגובות
וועט זיין אכן נודע הדבר
אז יוסעלע שבעים גאר איז דער איש רע מעללים חלאת המין האנושי




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2006 04:37 לינק ישיר 

אידיש קינד, איך ווייס נישט ווי אזוי כ'האב פארגעסן צי שרייבען די פאר פעלער

10}ווער האט ארעסטירט צוויי בחורים פארן חטא פין אפנעמען זייערס א קרוין  שלא ברשות רז"ל ט"ב??
 
11}ווער האט געמסר'ט אומשילדיגע בחורים אין ווייבליך/מיידלעך, פארן חטא פין וואטען פאר אברהם ווידער??

12}וועם האט UTA געהאלפן ביי די אויבן דערמאנטע מסירה? פין ווי האבן די מוסרים געהאט זייער פינקטליכע געבורט דאטום?

13}ווער האט ארעסטירט א אינגערמאן פארן חטא פין ציברעכן א שלאס אין ביהמ"ד??

14}ווער האט ארעסטירט 26 בחורים שמיני עצרת? בחורים וואס האבן גארנישט מיט די מחלוקה!

15}וועלכע קהלה האט ארויסגעהאנגן א צעטיל אז זיי האבן א היתר פינעם דיין שליט"א צי מסר'ן ??
אין אנשטאט צי גיין צי די"ת וועלן זיי מסר'ן יעדער וואס גייט זיי שטיין אין וועג! די צעטיל איז געהאנגן אינעם גלאזענענם פענסטער!!

16}ווער איז מחזק אין טאנצט מיט איינעם פין די ערשטע מוסרים בדורינו -יוסל וואלדמאן- וואס האט געזאגט פאר די אויערן פין מליאנען ציהערער אז רבינו זי"ע הכ"מ איז כומעני רח"ל אין האט מצער געווען רבינו זי"ע הכ"מ מיט מסירת נוראות  באופן נורא ומבהיל??וועמענס חסיד איז דער מסור היינט צי טאגס??

אידיש קינד,  איך בארעכטיג נישט די שלעזינגער מעשה, ניטאמאל ווייס איך וואס דארט איז פארגעגאנגען
אבער איך ווייס וואס עס גייט פאר דא ביי אונז אין סאטמער, אין דאס מאכט מיר פארשטיין אסאך זאכן

אין עס איז שוין צייט אז ענקער רופרמער ראבי זאלן איינזען, אז די תורה איז נישט כחומר ביד היצר אין ענקערע הענט
א צווייטער מעג אויך ניצען דעם היתר מסירה כללית!!!!!!!!!!!!!!!!!



תוקן על ידי - kj_village - 28/07/2006 4:40:57



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2006 05:10 לינק ישיר 

איך בין מודה אויף די דברי בלע קעגען ר' נפתלי שלעזינגער וואס איז אלע יארען געועון באקאנט פאר א געוואלדיגער בעל חסד.

דער כותב מוז זיין א אינגער וואס קען נישט ר' נפתלי'ס היסטאריע וואס איז שוין אמאל געגאנגען אין חד גדיא פאר א אנדערער איד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2006 03:33 לינק ישיר 


אנטשולדיגט, עס איז געווען א טעות, ביטע אויסמעקן



תוקן על ידי - kj_village - 01/08/2006 3:43:29



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער איז שילדיג?????
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext