בית פורומים כל העולם כולו

קען די געגאנבעטע 82 מאכן א דיל מיט סאטמאר?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/7/2006 19:59 לינק ישיר 
קען די געגאנבעטע 82 מאכן א דיל מיט סאטמאר?

nailbiter פרעגט די קשיא.

סוואלט ווען געווען און די בעסטע אינטערעסן פאר ביידע צדדים -82 מיט די ארונישע מוסדות-.
זיך צוזאמזעצן און אויסארבעטן א פלאן ווי אזוי צו זעהן אז יעדער זאל באצאלן זייער שכר מלומדות.

ווי אויך צו באצאלן די איינגעשטעלטע וואס גייען אריבער ארבעטן פאר די ארונים.

ווי יעדער ווייסט פלאנען די ארונים נישט צו באצאלן 82 די אלטע חובות.
ווי אויך ווייסט יעדער אז 82 וועט נישט באצאלן די מלמדים וואס גייען אריבער צו די ארונים
זייערע וועידזעס וואס זיי זענין אינטערשטעליג.

לויט ווי איך הער האבן די ארונים צוגעזאגט פאר די מלמדים וואס קומען אריבער צו זיי אז זיי וועלן
באצאלן פאר זיי וואס 82 בלייבט זיי שולדיג.

יעצט וועלן דאך זיין חכמים וואס וועלן "נישט באצאלן פאר קיינעם".

ע"כ לוינט זיך פאר ביידע עפעס אויסצוארבעטן. ווי למשל:

לאמיר זאגן אז די ארונים זענען שולדיג 1 מיליאן דאלאר.
82 זאל געבן א חשבון פאר די ארונים וויפיל זיי זענען שולדיג געבליבן פאר די מלמדים .
און די ארונים זאלן נענען אויף זיך "אפיציעל" צו באצאלן פאר זיי.

אויף דעם ארויף זאל 82 געבן פאר די ארונים א ליסטע פון טאטעס וואס זענען שולדיג געבליבן געלט פאר
82.
און סזאל זיין איינגעטיילט הינדערט טויזענט דאלאר אויפאיינמאל.
פון יעדע 100 טויזענט דאלאר וואס זיי קאסירן איין זאלן זיי אראפגעבן פאר 82 א געוויסע סכום געלט.
לאמיר זאגן 25 טויזענט דאלאר.
אז 82 זאל קענען באצאלן אנדערע אויסגאבן. וואס די ארונים האבן דאך גענוצט די סערוויסעס.

טאמער די ארונים וועלן האלטן ווארט.
קען מען זיי געבן א פרישע ליסטע פון נאך 100 טויזענט דאלאר זיי זאלן דאס קענען קאלעקטן .
און פארשטייט זיך אראפגעבן דערפון די אפגעשמועסטע סכום פאר 82.

סוועט זיין א זה נהנה "וזה" נהנה.


אפגערעדט פון דעם אז אין סיגעט איז נישטא אזא זאך ווי פארהאנדלען, אזויווי מהאט שוין געזען
ביי די ישיבה גדולה מיט זיבן יאר צוריק ווען זיי האבן באגאנבעט די ביסל ברויט פון די מגי"ש
און איינגעשטעלטע.
אבער די סיגעטער פארשטייען נישט איין זאך, מקען נישט מאכן א דיל אויף איין נארישע פוינט.
א דיל מוז זיין אויף די גאנצע, זיי האבן געגאנבעט אלע אונזערע בילדינגס, זיי האבן צוגענומען
אלע אונזערע פראגרעמס, זיי האבן אונזער געלט, מקען נישט מאכן א דיל נאר אויף איין פרט, וועגן
דעם ווייל די סיגעטער מוסדות האבן מורא פון די שטארקע זעץ וואס זיי גייען האבן ווען גאנץ
סאטמאר וועט נישט באצאלן די שכר לימוד און קעמפ דארט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2006 20:01 לינק ישיר 

און אז מרעדט שוין דארף מען נאכאמאל דערמאנען פאר אלע טאטעס וואס האבן קינדער אין די מוסדות אדער אין קעמפ. באצאלטס נישט פאר די גנבים קיין איין פעני! זאלן זיי האבן נאך אביסל קאפוויי צו פארשאפן די הונדערטער טויזנטער דאלערס, געט זיי נישט קיין איין פעני ווילאנג זיי קומען נישט צו דין תורה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קען די געגאנבעטע 82 מאכן א דיל מיט סאטמאר?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext