די מעשה איז געווען אז די פאשקעווילען האבן אויפגעוועקט הרב ר' יצחק טובי' שליט"א - גאב"ד, ער האט אנגעפאנגען זעהן אז עפעס ערנסט טוט זיך דא אפ, האט ער אריבערגעריפען ר' חיים הערשעלע און דערלאנגט א פסק איינס און אזעלעכצס און געשריגען אז עס איז א שרעקליכע עוולה וואס איז נאכנישט געהערט געווארען, און מ'זאל שוין צירוקציען, ר' חיים הערש האט אנגעפאנגען ענטפערען תריצים שונים וואס אינז קען מיר שוין דא פין יוסל 90 אנגעלייגט די שילד אויף רבינו שליט"א און ר'משה חיים, כאילו זיי זענען גאר די וואס זענען אריין בערכעות, די גאב"ד האט געזעהן אז ער האט נישט צו וועם צו רעדן האט ער אים געשיקט ליפטערען. ווי נאר ער ארויסגעקומען פין דארט האט ער גלייך אנגעריפען די גבאים, אז קיין הספד אויף ר' נתן יוסף ז"ל וועט שוין היינט נישט זיין, מורה האבענדיג אז דער גאב"ד וועט מוחה זיין דארט און נאכדערצו עימי בבית, ביי אים אין שול, די תיריץ האט מען אנגעגעבען וויבאלד עס וועט פארקומען א לוויה פון הרה"ח מיכל דורפמאן ז"ל איינער וואס וויאנט נעבן בית מדרש, און א חשובער איד. אויף קוו הציבור [עס איז אזוי ווי קול מבשר אין נ"י] האט מען געמאלדען אז עס וועט נישט פארקימען די הספדים צילוב "טעכנישע סיבות"...........
 |
|
|